top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעיינותיו חוצה: התרגשות'דיגע סעודה אפגעראכטן לגומרה של ספר "נמלכין בסנהדרין" חידושי ראש הישיבה הגר"ש אלתר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 9 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' יתרו • י"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


אן אייגנארטיגע סעודה לגומרה של תורה איז אפגעראכטן געווארן דורכ'ן מכון "עמודי אש" וואס געט זיך אפ מיט'ן דרוקן די ספרי הגאון ראש הישיבה רבי שאול אלתר שליט"א, לרגל דאס ארויסגעבן לאור עולם דעם ספר "נמלכין בסנהדרין", חידושים וביאורים נפלאים אויף מסכת סנהדרין דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.


דער נייער ספר איז א מיוחדת במינה ענטהאלטנדיג די בליציגע חידושים וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט אין א בחינה פון 'תורה שבעל פה', אויף די תורה'דיגע טעלעפאן ליניע שע"י קהלת פני מנחם, "שיחתי", וואס איז געשטעלט ספעציעל פאר די חברי הקהלה און לומדים חשובים וואס זענען זיך דארט מפלפל ומשעשע בחדוותא דאורייתא, און מ'האט די געוואלדיגע זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך פערזענליך משתתף בשיחתן של תלמידי חכמים, און לאזט דארט הערן זיינע טיפזיניגע חידושים בכל מכמני התורה.


דער מכון "עמודי אש" האט זיך א שטיק צייט צוריק גענומען צו א ספעציעלן פראיעקט, מיט'ן איינזאמלען אלע חידושים וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געלאזט אויף די ליניע אויף מסכת סנהדרין, די מסכת וואס ווערט יעצט געלערנט דורך אלפי ישראל אין די ראמען פון דף היומי, און דאס ארויסגעבן לאור עולם.


אצינד ווען דער נייער ספר "נמלכין בסנהדרין" איז ארויס פון דרוק, רופט דאס ארויס גרויס פרייד בעולם התורה און שמחה עצומה ביי אלפי לומדי ושוחרי תורה, ובפרט ביי די לומדי דף היומי.


לרגל די ערשיינונג פונעם ספר איז פארגעקומען א ספעציעלע סעודה, אפגעהאלטן אין שטוב פון איינעם פון די נגידי קהלת פני מנחם, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט מפאר געווען בראש און זיך געוואשן צו א סעודת מצוה לכבוד המאורע.


דער ראש ישיבה שליט"א האט משמיע געווען ווארעמע דברי תורה וברכה פאר אלע משתתפים, און דערנאך האט מען געהערט די דרשה דורך הגה"ח ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א בנו יקירו פונעם ראש ישיבה וואס שטייט בראש המכון, און דערנאך דורכ'ן מייסד ויושב ראש המכון הרה"ח ר' עקיבא גרינצווייג הי"ו.


אין די יעצטיגע טעג איז רבי אברהם מרדכי ארויף לבתי גדולי ישראל, איבערגעבן דעם נייעם ספר, צווישן זיי איז ער ארויף אויף א ביקור ביי די ראשי ישיבה סלאבאדקע, הגאון רבי דוב לאנדא און הגאון רבי משה הלל הירש, וועלכע האבן מעיין געווען און אויסגעדרוקט א גרויסע הנאה פונעם ספר, און געשיקט א פריסת שלום וברכת התורה פאר'ן בעל מחבר דער ראש ישיבה שליט"א.


ree
ree
ree
ree
ree

ree

ree
ree
ree

ree
ree

תגובות


bottom of page