top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער געסט אויפגענימען דעם כ"א אדר דורך אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך עסקני "רבי ר' אלימלך'ס הויף"

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


טויזענטער אידן וועלכע האבן געהאט די זכיה דעם כ"א אדר צו פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע זיך אויסבעטן ישועות ורפואות, האבן זיך דערקוויקט דאס הארץ דער אויסנאמליכער ברייטהארציגער הכנסת אורחים פון רבי ר' אלימלך'ס הויף סמוך ונראה צום ציון הקדוש.


דער היסטארישער הויז וואס איז געווען ביתם נאוה קודש פון צדיקי בית ליזענסק פארן ערשטן וועלט קריג, און איז אין די פארגאנגענע יארן צוריק געקומען צום שורש, און איז אפגעקויפט געווארן דורך הרה"צ רבי דניאל רוקח האדמו"ר מליזענסק נשיא "רבי ר' אלימלך'ס הויף" וועלכער איז דער דירעקטער ממשיך השלשלת דור אחר דור פון די אדמור"י ליזענסק ממלאי מקום פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.


באותו מקום איז אויפגעשטעלט געווארן א ביהמ"ד, א היכל התורה, און א פולשטענדיגע הכנסת אורחים וואו עס ווערט פארטיילט מזון וצידה בחנם א גאנץ קיילעכיג יאר, ממשיך זיין די הייליגע דרכים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך וואס נאך בחיים חיותו איז דער מקום קדוש געווען א אבן שואבת פאר טויזנטער אידן, ספעציעל ווען עס דערנענטערט זיך האי יומא רבה כ"א אדר לייגן אריין די עסקנים  שווערע הארעוואניע צוצוגרייטן דעם פלאץ עצהיו"ט, סיי אז די עסן זאל זיין בהרחבה, און סיי אז עס זאל זיין בריווח פלאץ פאר אלע געסט, ווי אויך אז די מניני תפלה זאלן פארן געשמירט.


א גרויסארטיגן שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן פארנט פון רבי ר' אלימלך'ס הויז וואו עס איז סערווירט געווארן געשמאקע מאכלים און טרינקען בהרחבה גדולה בתכלית הכשרות וההידור, ווי טויזנטער אידן האבן נהנה געווען פון די סעודות כיד המלך אין די יעצטיגע הילולא אדר ב', און פארלאפענעם חודש ביים יארצייט כ"א אדר א'.


מוצאי שבת בליל ההילולא איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת הילולא און מלווה מלכה, וואו די הייליגע בעל הילולא האט אנגעזאגט אז זיינע אייניקלעך זאלן אפרעכטן די סעודה דדוד מלכא משיחא אין אויספויעלן ישועות פאר אידישע קינדער.


ביים מלוה מלכה איז אויסגעשמועסט געווארן די פונקטליכע דעטאלן איבער די מאסיווע פראיעקט מיטן אויפבוי פון א פראכטפולע מקוה טהרה בתכלית ההידור והיופי אין די נאנטע צוקומפט בסייעתא דשמיא וואס וועט שטיין צום דינסט פאר די טויזנטער עולים לציון הק' רונדע דעם יאהר.


זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל














































































































































bottom of page