מיטוואך פ' פקודי • ג' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע טעג ווען כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א איז צוגאסט אין ניו יארק קומט פאר ווי יעדעס יאר אין די וואכן בעפאר פורים די קמחא דפסחא מגבית פאר דעם רבינס פערזענליכע צדקה קאסע ''קופת הקודש'', וואס די רבי פארטיילט פון די קופה פאר טויזענטער משפחות אין די חסידות אויף פסח, די מגבית ווערט געפירט דורך די גבאי הקופה אין שפיץ פון די משב"ק הרה"ח ר' שלום נויפעלד הי"ו.
פארגאנגענע וואך זענען די גבאי הקופה אנגעקומען קיין אמעריקא פאר די יערליכע מגבית, און פארלאפענע וואך זונטאג האט זיך די רבי שליט"א משתתף געווען ביי א ספעציעלע עלעגאנטע מסיבה של מצווה און סעודת ראש חודש לטובת די 'מפעל קמחא דפסחא' שע"י קופת הקודש, די מעמד איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג בהשתתפות נדיבים בעם און א אויסגעקליבענע צאל פון קרואי מועד חסידי דושינסקיא אין אמעריקא וואס האבן זיך אונטערגענומען גרעסערע סכומים.
די באקאנטע נועם בחסד עליון און גבאי צדקה הרב ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש האט געעפענט די מעמד מיט פאסיגע ווערטער איבער די גרויסע איבערגעגעבנקייט פון די רועה נאמן כ"ק מדושינסקיא שליט"א פאר עדת מרעיו, דערנאך האט ער מכבד געווען די יושב ראש פון די רביס צדקה קאסע אין אמעריקא הרה"ח ר' יעקב אבעלעס צו אויפטרעטן פאר די פארזאמעלטע, נאכן הערן פון ר' יעקב פלאמעדיגע ווערטער איבער די וויכטיגקייט פון שטיצן אזא ספעציעלע קמחא דפסחא האט הרה"ח ר' יצחק ישעי' אורטנער מנכבדי חסידי דושינסקיא אין לעיקוואד אויך ארויסגעברענגט די שטארקע ערבות פון חסידי דושינסקיא צו העלפן איינער דעם צווייטן און די שטארקע געטריישאפט פון רבי'ן שליט"א פאר די קמחא דפסחא.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט צוערשט ארויסגעברענגט אז ביי אים אינדערהיים אין ירושלים איז א נאכט פריער פארגעקומען א אסיפה וואו עס האבן זיך צוזאמגענימען אלע רבני דושינסקיא פון ארום גאנץ ארץ ישראל אין בעפארברייטונג צו די גרויסארטיגע חלוקה פון מתנות לאביונים דורך די 'קופת הקודש'.
אזוי אויך האט די רבי שליט"א ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די עוסקים בצרכי ציבור באמונה, די עסקנים און גבאי צדקה וואס האבן די גרויסע זכות צו שטיצן די טייערע אידן משפחות אנשי שלומינו אין ארה"ק, די רבי האט מיט גרויס ווארעמקייט אנגעוואונטשען די אלע משתתפים מיט עשירות און שפע רב.
אלע באטייליגטע זענען אריבער אל מול פני הקודש מיט א פתקא דרחמי און אונטערגעשריבן שטרי התחייבות צו שטיצן די קופת הקודש, די רבי האט אויסגעטיילט פאר די אלע משתתפים א תשורה א געבענטשטע פלאש וויין לקראת ימי הפורים.
שפעטער דורכאויס די וואך איז די רבי שליט"א ארויפגעגאנגען מיט די גבאים און עסקנים למען קופת הקודש צו די שטובער פון נגידים אין בארא פארק און אין פלעטבוש אוןדי מגבית איז בס''ד געקרוינט געווארן מיט אויזערגעווענדליכע הצלחה.
Comments