top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער אין שפיץ פון גדולי ישראל ביי רירנדער שמחת הברית פאר ערשט געבוירן זוהן הגאון רבי צבי קושלבסקי ר"י היכל התורה

מאנטאג פ' ויקרא • ח' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דניאל נפוסי אין רפאל שוורץ


טרערן פון התרגשות זענען נעכטן פארגאסן געווארן ביים היסטארישן שמחת ברית מילה  פארן ערשט געבוירן זוהן פון הגאון רבי צבי קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה, די ברית איז אפגעראכטן געווארן אינעם ביהמ"ד פונעם ישיבה אין די הר נוף געגענט וואו א ריזיגער ציבור האט זיך באטייליגט ביים דעם זעלטענעם שמחה, ווען די ראש ישיבה האט אריינגענימען זיין אויסגעבעטענעם בן הבכור בבריתו של אברהם אבינו זייענדיג אלט אכט אין אכציג יאהר בלי עין הרע.


די ברית איז פארגעקומען תיכף נאף תפילת שחרית אין ישיבה וואו טויזנטער אידן האבן באלאגערט דעם היכל הישיבה, צוליב מאנגל אין פלאץ האט א גרויסן ציבור מיטגעהאלטן די שמחה דורך א לייוו הוקאפ אויפן גאס פארנט פונעם ישיבה. בעפאר די ברית האט מען געזאגט פסוקי ייחוד אין אבינו מלכינו מיט אן אפענעם ארון הקודש וואס האט דורכגעריסן די הערצער און אויפגעשטורעמט דעם ציבור האלפים. 


דער אבי הבן די ראש ישיבה האט געזאגט די פסוקי ייחוד אין שמע ישראל בקול אדיר, די ראש ישיבה זעלבסט אליין געוועהן סנדק, אין מיט א קול געשטיקט פון טרערן געזאגט די ברכה להכניסו בבריתו של אברהם אבינו אין שהחיינו. על פי בקשתו פונעם ראש ישיבה האט מען בשעת דעם גרויסן עת רצון נאכן מל'ן דאס קינד געזאגט די י"ג מידות של רחמים אין 'אחינו כל בית ישראל' וואס האט בוקע רקיעים געוועהן עד לב השמים.


מיט די ברכות אין קריאת השם איז נתכבד געווארן מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', ויקרא שמו בישראל 'אליהו' נאכן זיידן הגאון רבי אליהו קושלבסקי זצ"ל די רב פון באר שבע אין נאך הגאון רבי אליהו לאפיאן זצ''ל א זיידע פונעם רעבעצין ע"ה בזיווגו הראשון פונעם ראש הישיבה, נאכן ברית האט המקובל הגאון רבי יעקב משה הילל שליט"א געזאגט די מי שברך מיט גרויס התרגשות.


דערנאך האט זיך דער ציבור האלפים געשלעגעלט אין די רייע אדורכצוגיין לברך ולהתברך ביים גליקליכן אבי הבן דער ראש ישיבה וואס האט יעדן אנגעואונטשן ווארימע ברכות, אין די זעלבדע צייט האבן זיך די הונדערטער תלמידים ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ שוועבענדיג אין א שמחה'דיגע אטמאספערע.


די ראש ישיבה האט אויפגעטראטן מיט קורצע דיבורים, מיט א שבח והודאה להודות ולהלל אויף די גרויסע נסים שלא כדרך הטבע, די געהויבענע בעל שמחה האט זיך באדאנקט פאר די אלע משתתפים אין די שמחה אין ארומגערעט שטארקע דברי אמונה אין בטחון אז דער באשעפער פארלאזט קיינעם נישט און אויך ווען ס'זעט שוין חלילה אויס אז מ'האלט שוין נאך יאוש, איז אבער דא א טאטע אין הימל וואס פארגעסט נישט קיין איין רגע פון זיין באליבט פאלק כלל ישראל.


צווישן די פילע משתתפים ביי די שמחה האבן זיך אויך אנגעזעהן האדמו''ר מסטראפקוב, האדמו''ר מביאלא פשיסחא הר נוף, הגאון רבי עזריאל אויערבאך, הגאון רבי שמחה שיינברג ראש ישיבת תורה אור, הגאון רבי חיים יצחק קפלן משגיח ישיבת חברון, אין נאך.


עס האט נאכגעפלאגט די סעודת מצוה אין די זאלן פון שירת ירושלים מיט די באטייליגונג פון הונדערטער תלמידי ויוצאי הישיבה פון אלע יאהרן, וואו מען האט ממשיך געוועהן די ריקודין נלהבים לענגערע שעות נאכאנאנד.








































































Comments