top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מנדבורנה אפגעפלויגן קיין ליזענסק פולין צום הילולא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע

זונטאג פ' שמיני • כ"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


ווי יאהר יערליך איז כ"ק האדמו"ר מנדבורנה שליט"א ארויסגעפארן קיין ליזענסק פולין, פוקד צו זיין דעם ציון קודש הקדשים פונעם רבן של ישראל די הייליגער ר"ר אלימלך זי"ע כמנהג אביו כ"ק האדמו"ר בעל 'באר יעקב' מנדבורנה זצוק"ל וועלכע פלעג יעדעס יאהר אונטערנעמען די נסיעה כ"א אדר קיין ליזענסק.


די רבי שליט"א איז שוין אנגעקומען קיין ליזענסק דאנערשטאג ערב יומא דהילולא אין געפראוועט שבת אינעם בנין הכנסת אורחים אין ליזענסק אינאיינעם מיט א ענגע קרייז חסידים אין מקורבים, פרייטאג ערב שבת איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין דארט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים לישועת הכלל והפרט.


מארגן מאנטאג וועט די רבי שליט"א פארלאזן ליזענסק אויפן וועג קיין טאראנטא וואו די רבי וועט וויילן די קומענדיגער טעג לטובת מוסדותיו הקדושים.






























Comments


bottom of page