top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אברהם יצחק אנגעקומען קיין מירון בעצם יום ל"ג בעומר נאך פילע מניעות און עגמת נפש

מאנטאג פ' בחוקותי • י"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: בחדרי חרדים


נעכטן זונטאג ביום ל"ג בעומר איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ארויסגעפארן קיין הר יונה אין נוף הגליל צום געפלאנטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי סמוך ונראה לאתרא דמר, צוליב דאס פארשליסונג פון מירון היי יאר ל"ג בעומר.


אינעם קאר אונטערוועגנס קיין הר יונה האט די רבי איבערראשט די מיטרייזענדע ווען די רבי האט פלוצים געהייסן פארן און ריכטונג פון אתרא קדישא מירון, די רבי האט ערווענט אז ער וויל נישט קיין שום ערלויבעניש אדער פערמיטן פון די ציוניסטישע פאליציי, נאר ער וויל ארויפגיין קיין מירון וואו אלע אידן גלייך, די נסיעה קיין מירון איז נישט אנגעקומען גרינג ווען די פאליציי האט מיט כל מיני אופנים געזוכט צו פארטרייבן דעם רבי'ן שליט"א, נאך די אלע מניעות האט די רבי באוויזן אנצוקומען אינעם מושב מירון, כדי צו פארמיידן א שטופעניש, און זייענדיג אפגעשוואכט איז די רבי פארבליבן אינעם קאר און נישט ארויף צום ציון, מען האט געזינגען די פזמונים בר יוחאי, ואמרתם, און דערנאך האט די רבי ממשיך געווען די נסיעה קיין הר יונה.


אין די זעלבע צייט האבן הונדערטער חסידים געמאכט זייער וועג קיין מירון לויט די הוראת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א ארויסצופארן ביז ווי ווייט מעגליך, טייל פון זיי האבן טאקע מצליח געווען אנצוקומען און טייל זענען אפגעהאלטן געווארן געווארן דורך די אכזריות'דידע פאליציי.


אויך אין הר יונה איז די הדלקה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק צושטערט געווארן דורך די פאליציי, וועלכע האבן פראבירט אפצוהאלטן די באסעס פון די הונדערטער חסידים אריינצופארן קיין הר יונה, בחסדי שמים זענען אבער די מעמדי קודש אין הר יונה פארגעקומען אויף א געהויבענע פארנעם במעמד קהל רב.


די רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין בית מדרש הגדול אין הר יונה צום עריכת השולחן הטהור בתופים ובמחולות, ווי מען האט געזינגען ניגוני ל"ג בעומר מיט גרויס דביקות, די רבי האט דאן משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת היום במשנתו פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און מיט א שלהבת אש שטארק ארויסגעברענגט די אויסטערלישע מסירות נפש פון אידישע קינדער אנצוקומען קיין אתרא קדישא מירון, טראץ די שווערעקייטן און די קלעפ וואס מען האט געכאפט פון די רשעים.


צוליב די שפעטע שעה הארט פארן שקיעת החמה איז די רבי ארויס בשעתן טיש צום מעמד ההדלקה ברחבת ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה בשלהבת אש קודש, און געטאנצן מיט העכערע כוחות א לאנגע צייט, ווען די גאנצע ציבור הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע מיט אומבאשרייבליכע שמחה'דיגע געפילן.


דערנאך האט די רבי מאציל געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים און געוונטשן די אלע אידן העולים למירון מיט מסירות נפש זיי זאלן האב אויסגעבעטן אלעס גוטס, די רבי איז דאן אריין אין ביהמ"ד און ממשיך געווען דעם טיש בשירות ותשבחות, נאך ברכת המזון האט מען געדאוונט מעריב און ספירת העומר, און די ציבור איז א דורך זיך געזעגענען. ווי געזאגט וועט די רבי שליט"א פארבלייבן די קומענדיגע טעג אין הר יונה אויף אפרוה.

Kommentare


bottom of page