top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בֵית יוֹסֵף לֶהָבָה: "עלטסטע הדלקה אין אמעריקע" דורך האד' מניקלשבורג שליט"א ווערט דראסטיש אויסגעברייטערט

דאנערשטאג פ' בהר • ט"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


מיט רגשי קודש רישן זיך מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטצולעבן די פייערליכע מעמד "הדלקה גדולה" בליל ל"ג בעומר דורך כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג אין שטאט מאנסי.


די הדלקה רבתי בחצר הקודש ניקלשבורג איז ברייט באקאנט אלס 'סאמע-עלטסטע' הדלקה ביים אמעריקאנעם אידנטום אנגעצינדן דורך א מנהיג העדה, גייענדיג צוריק צו פילע צענדליגע יארן צוריק זינט דער רבי שליט"א האט איינגעפירט על אדמת אמעריקא דעם הייליגן מנהג מקדמת דנא, צו מעריך זיין א מדורת אש לכבוד התנא אלקי, אויסשטייגנדיג מיט די יארן אלס מעמד נלהב ונרגש וואו א ציבור עצום איז זיך משמח בשמחת הרשב"י בראשות פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז משמיע פלאם פייערדיגע דברות קודש און רעכט אפ די ריקודין עילאין מיט אן אבוקה של אור בידיו, וחסידים ואנשי מעשה מרקדין בכל עוז.


אין ליכט פונעם ריבוי העם בליעה"ר, ווען די לעצטע עטליכע יאר האט געהערשט א שטארקע געדרענג, איז אויף היי-יאר פון פריש אהערגעשטעלט געווארן דער שטח הענקי פארנט פונעם ביהמ"ד, וואס איז געווארן ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א פארנעם צו אקאמאדירן דעם מאסן השתתפות.


דער שטח הדלקה פארנט פונעם ניקלשבורגער ביהמ"ד אויף מילטאן פלעיס איז דראסטיש אויסגעברייטערט געווארן. עס איז געווארן צוגעלייגט הויכשטאקיגע פארענטשעס פאר אברכים און בחורי חמד, און ספעציעלע קינדער-פארענטשעס פאר די ילדי תשב"ר, און א דעזיגנירטע שטח פאר די עזרת נשים, קעגן איבער די מדורה, פון וואו זיי וועלן קענען גוט מיטהאלטן דעם מעמד. א "מזונות ומשקאות" צענטער וועט ווערן אויפגעשטעלט אינעם שטח המעמד, וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט מזונות און טעימה קלה אויף א ברייטן פארנעם לרוחת הציבור.


די עסקנים פון "חברים דראקלענד" האבן זיך מאביליזירט צו קאארדינירן די טראפיק און די טעכנישע חלקים פונעם מעמד. כדי צו פארמיידן שווערע טרעפיק וועט די גאס מילטאן פלעיס זיין אהערגעשטעלט אלס וואן-וועי אין ריכטונג פון עליש צו האווערד דרייוו, דורכאויס דעם גאנצן מעמד. עס וועט זיין צוגעשטעלט פארקינג אויף א ברייטן פארנעם אויפ'ן שטח פונעם זייטיגן לאט.


נאך שבת פריער, וועט זיך שוין שפירן די קדושת היום אינעם ניקלשבורגער הויף, ווען דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת ערב ל"ג בעומר אויף א גרויסן פארנעם צוזאמען מיט די בחורי החסידות הבאים לחסות בצל קורתו פון כל קצוי תבל, און דערנאך במוצאי מנוחה, אום 10:15, וועט דער רבי ערשיינען צו די הדלקה רבתי תחת כיפת השמים פארנט פונעם ביהמ"ד במעמד אלפי ישראל. צומארגנס זונטאג לעיתותי ערב וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין די סעודת ל"ג בעומר, אום 7:00 בהיכל ביהמ"ד הגדול, וואו מ'וועט זיך משמח זיין לכבוד היום ביז אין די שפעטע נאכט שעות.


במיוחד שטייט ארויס דער געהויבענער זמן ווען דער רבי שליט"א איז מקיים דעם מנהג קודש פון חץ וקשת וואו דער ציבור זענען עומדים צפופים ווען יעדער פראבירט צו כאפן פון די געציילטע פיילן וואס דער רבי לאזט ארויס וואס זענען ידוע שוין פילע יארן אלס מסוגל צו כל מיני ישועות ורפואות.


תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו אדונינו בר יוחאי

Comments


bottom of page