top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא פארטיילט מצות פאר קהל חסידיו איידערן אפרייזן קיין אנטווערפען אויף יו"ט פסח

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 17 באפר׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' מצורע • ט' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

אויך דאס יאהר וועט כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א אפרייזן קיין אנטווערפען ווי דער רבי וועט פראווען דעם יו''ט פסח הבא עלינו לטובה ביים שווער הגה''צ רבי אשר חיים שטערנבוך אב''ד אהל יעקב ודומ''ץ מחזיקי הדת אנטווערפען.


אין די יעצטיגע ערב פסח טעג איז געוועהן ספעציעלער זמני כניסה בקודש פנימה, ווי די רבי האט פארטיילט מצות פאר די חסידים אויף יו''ט פסח כנהוג. היינט מיטוואך וועט דער רבי אנקומען קיין תל אביב וואו די רבי וועט אויפנעמען דעם ציבור און פארטיילן מצות פאר די ארטיגע חסידים.


די רבי וועט פארלאזן ארץ ישראל דעם קומענדיגן דאנערשטאג. אין אנטווערפען וועט די רבי דאווענען אלע תפילות אין די טשארטקובער קלויז אין שטאט, און ביום אחרון של פסח וועט די רבי פראווען דעם נעילת החג טיש ברוב עם הדרת מלך.


ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page