דינסטאג פ' מצורע • ח' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
א שיינעם מעמד יציקת הבורות איז אפגעראכטן געווארן פאריגע וואך פאר די מקווה טהרה מפוארה אין ביהמ"ד קהל קהלת יעקב פאפא אויך די סעדל ריווער גאס אין מאנסי, די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער איז ארויסגעקומען קיין מאנסי און געגאסן די בורות הטבילה פאר די נייע מקוה, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים וואו די רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן די אלע תומכים אין נדיבים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן אויפצובויען דעם מקוה מפוארה לטהרתן של ישראל.
Comments