top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל אפגעצייכנט בגעגועין עילאה

מוצאי שבת פ' עקב • כ' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

מיט גרויס התרגשות האבן פילצאליגע תלמידים וחסידים אפגעצייכנט די ערשטע הילולא פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן דעם פארלאפענםע שב"ק פר' עקב, י"ג אב, ווען דערביי האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר. לרגל ההילולא איז ערשינען דער סעט ספרים "אמרי מנחם" ח"א וואס אנטהאלטן די געהויבענע שמועסן פונעם שינאווער רבי'ן זצ"ל, וואס דער רבי האט משמיע געווען במשך איין יאר, אפגעשריבן ארגינעל וויאזוי דער רבי האט דאס געזאגט מיט זיין אייגנארטיגן טעם און חן.


דער שבת הילולא איז אפגעראכטן געווארן בבית מדרשו של רבי, אינעם שינאווער ביהמ"ד אין מאנסי, מיט'ן השתתפות פון א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים, בראשות בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א און זיינע ברידער הרבנים הגאוה"צ שליט"א. דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט מנחה פרייטאג צונאכטס און קבלת שבת, און מיט די אנדערע תפילות במשך דעם שבת מכבד געווען זיינע ברידער הרבנים הגאוה"צ שליט"א. שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די עריכת השלחן הטהור, ווען צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש פון שלום עליכם, און דערנאך געפראוועט דעם טיש צוזאמען מיט די ברידער הרבנים הגה"צ שליט"א, זיך פארציענדיג ביז דריי אזייגער.


שבת צופרי נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לרגל די הילולא אינאיינעם מיט די געסט, און דאס זעלבע איז ביי שלש סעודות אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם, וואו מ'האט משנן געווען משנתו הטהורה פונעם רבי'ן. מוצש"ק איז פארגעקומען די וועכנטליכע סעודת מלוה מלכה, ווי ס'איז געווען מנהגו בקודש פונעם רבי'ן ז"ל במשך אלע יארן אפצורעכטן סעודתא דדוד מלכא משיחא אויף א גרויסן פארנעם. צווישן אנדערן איז די מלוה מלכה באשיינט געווארן דורך כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.


צומארגענס, זונטאג פּרשת עקב, האט א גרויסער ציבור פּוקד געווען מקום מנוחתו פונעם רבי'ן זצ"ל אויפ'ן ביה"ח דק"ק סאטמאר אין ניו דזשערזי, ביי וועלכן עס איז אויך געשטעלט געווארן די מצבה על קברו פונעם רבי'ן זצ"ל. מ'האט געזאגט די פרקי תהילים כנהוג און דערנאך האט בנו חביבו פונעם רבי'ן זצ"ל, הגה"צ רבי חיים מאיר וואגשאהל שליט"א פארגעליינט דעם נוסח המציבה כנהוג, און דערנאך האט מען געהערט דברי התעוררות דורך כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א און דאן אויך מכבד געווען זיינע ברידער הרבנים הגאוה"צ שליט"א צו משמיע זיין דברי זכרון.


פארנאכטס איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסארטיגער סעודת הילולא וסיום הש"ס, אין די סאטמארע זאל "עטרת גנענדל" אין מאנסי ביי וועלכן עס האבן זיך משתתף געווען א הערליכער ציבור פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי מאנסי און די פילע חסידים ומעריצים פון בית שינאווא וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד, און דערנאך האט מען געהערט דברי זכרון פון הר"ר מרדכי עלנבויגן ראה"ק דק"ק שינאווא, און פון הגה"צ רבי חיים מאיר וואגשאהל שליט"א, און דערנאך האט מען געהערט די דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א. מיט'ן בענטשן איז נתכבד געווארן דער ראה"ק ר' מרדכי עלנבויגן, וועלכער האט מנדב געווען די הוצאות פון די יארצייט סעודה.



Comments


bottom of page