top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובהיכלו כולו אומר כבוד: שווערע טויזנטער תושבי ארה"ק ביי היסטארישע "היכלות" פארשטעלונג אין ירושלים עיה"ק

  • לפני 36 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

גאר היסטארישע טעג איז אריבער אויף תושבי ארה"ק וואס האבן באלאגערט די 'בניני האומה' קאמפלעקס אין ירושלים ביים ערשטמאליגן "היכלות" פארשטעלונג וואס האט צונויפגעברענגט אן אומאפשטעלבארער שטראם פון שווערע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען לחזות בנועם הצדיקים, די זעלטענע זכי' צו זען פונדערנאנט די אומשאצבארע חפצי קודש און כתבי ידות פון צדיקי הדורות שרפי מעלה מאורי החסידות, און פילצאליגע גאר זעלטענע אנטיק חפצים פון טויזנטער יארן צוריק נאך פון די ימי בית ראשון.


אן אטמאספער פון 'הכל מעלין לירושלים' האט זיך געשפירט ווען פילע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער גאנץ ארה"ק האבן אויסגענוצט די בין הזמנים טעג און געמאכט זייער וועג צו די מייסטערהאפטיגע פארשטעלונג וואס האט זיך געצויגן גאנצע דריי טעג נאכאנאנד.


דער קאמפלעקס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א מוסטערהאפטיגן פארנעם פון "זיבן היכלים", און די טויזנטער באזוכער זענען אונטער א געניטע ארדענונג און סדר אריבער פון היכל צו היכל, און מיט א קורת רוח און ברייטע אינטערעסע זיך אומגעקוקט אויף די היסטארישע אוצרות.


צום ערשט איז מען אריין צום "היכל קדושי השואה", וואו מ'האט געקענט זען די חורבן הנורא פון חורבן אייראפע, פילע חפצים וואס האבן דורכגעלעבט די מלחמה, און א דעטאלירטע שילדערונג און צייגעניש פון די אמאליגע שטעט איידער די מלחמה.


פון דארט איז מען אריבער צום "היכל הנגינה", וואו ס'איז געווען אויפגעשריבן אויף די ווענט עלף היסטארישע קאפיטלעך אין די אידישע עולם הנגינה, פארצייטישע ניגונים פון גלות וגאולה, מוזיקאלישע קאמפאזיציעס מיט וואס אידישע קינדער האבן זיך מחזק געווען באורך הגלות.


דאן איז מען אריבער צום "היכל הסגולות", מיט א רייכע אויסלייג פון אריגינעלע ספרי קדמונים וקבלה און וואס איז מסוגל אויף פארשידענע ענינים, און פיל מטבעות און קמיעות לשמירה פון צדיקי הדורות. אויך איז דארט געווען אויפגעשריבן אויף די ווענט פארשידענע סארט סגולות וואס צדיקים פלעגן געבן.


פון דארט איז דער ציבור אריבער צום "היכל גאוני ליטא", וואו ס'איז געווען אויסגעלייגט היסטארישע מכתבים פון די צדיקי וגאוני ליטא לדורותם, און פארשידענע חפצים פון די ליטווישע גדולים וואס האבן געשאקלט וועלטן, א שטייגער ווי דער בענקל פונעם הייליגן חזון איש און פונעם סטייפלער גאון. דארט איז אויך פארגעקומען א באגייסטערנדע פארשטעלונג פונעם עולם הישיבות במשך הדורות.


מיט א חרדת הקודש איז דער ציבור אריין אינעם זיבעטן היכל, "היכל החסידות", וואו מ'איז ערשטוינט געווארן צו זען די הונדערטער חפצי קודש פון מאורי החסידות לדורותיהם, ואי אפשר לפרטם כי רבים הם.


עס איז געצייגט געווארן חפצים און כתבי ידות פון הייליגן בעשטה"ק ותלמידיו הק', און באזונדער איז דארט אויפגעשטעלט געווארן א "היכל הבעשטה"ק", גענוי נאכגעמאכט דעם ביהמ"ד פון בעשטה"ק אין מעזיבוש און באזונדער א מיניאטור פונעם ציון קודש הקדשים, וואו אידן האבן געשריבן קוויטליך וואס איז פאקטיש אפגעשיקט געווארן צום ציון הק' אין מעזיבוש אוקריינע.


צווישן די טויזנטער אידן וואס האבן באלאגערט די היכלות פארשטעלונג, האט ארויסגעשיינט די באטייליגונג פון חשוב'ע אדמורי"ם ורבנים שליט"א וואס האבן זיך מטריח געווען און פערזענליך אריבערגעקומען זען פונדערנאנט די חפצי קודש וסגולות מלכים, ווערנדיג ארומגעוויזן דורך די אנפירער פונעם פראיעקט, הרב יהודה ברייער פון עתיקין, און דער שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד הי"ו.


די אדמורי"ם ורבנים זענען ביותרת הכבוד ארומגעפירט געווארן צווישן די היכלות דורך די ראשי העסקנים, און דורך עטליכע גרויסע ידענים און חוקרי הדורות וועלכע האבן געצייגט די אלע חפצים און געשילדערט די היסטאריע פון יעדע זאך באזונדער.


צווישן אנדערן האט זיך אנגעזען, כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א ובני משפחתו, הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, הרה"צ רבי יוחנן שוחט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת קטנה פני מנחם, הרה"צ המקובל אדמו"ר ר' שלמה בוסו שליט"א אן אייניקל פון באבא סאלי, דער ראשון לציון הגאון ר' דוד יוסף שליט"א, דער געוועזענער רב הראשי הגאון רבי דוד לאו שליט"א, הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק, .



bottom of page