top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרוב צו צען מיליאן שקל אויפגעטריבן ביי צוזאמקום למען השלמת בנין 'מרכז העולמי' דחסידי מודזיץ‎

מיטוואך פ' משפטים • כ"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


הונדערטער חסידי מודזיץ זענען זיך צוזאמגעקומען פארלאפענעם מוצאי שבת צום ספעציעלן 'כינוס' וועלכע איז פערזענליך פאררופן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, אין בעפארברייטונג צום קאמפיין צו פארענדיגן דעם גיגאנטישן בנין 'מרכז העולמי דחסידי מודזיץ' אין בני ברק. טראצדעם וואס דער רבי האט געמאלדן איבער דעם כינוס בלויז מיט א קארגע וואך צוריק, זענען אלע חסידים זקנים עם נערים געקומען אין די מאסן לעשות רצון צדיק און ארויסהעלפן דעם רבי'ן במשאות נפשו הטהורה אויפצושטעלן דעם בית גדול וקדוש לתפארת ממלכת בית מודזיץ, וואס וועט אנהאלטען אין זיך די כוללים, א היכל התורה, היכל הטישים, די ישיבה, אין נאך פיל.


די מעמד איז פארגעקומען אינעם נייעם היכל ביהמ''ד הגדול, געעפענט דעם כינוס האט דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' שמואל אליהו טויב שליט"א וועמען דער רבי האט געשטעלט צו שטיין אין שפיץ פון דעם מגבית לטובת די ביהמ"ד, און ער האט איבערגעגעבן רצון קדשו פון אביו הגדול דער רבי שליט"א אז יעדער איינער זאל זיך מתחייב זיין סכומים הגונים צו קענען זעהן דעם בנין על תילה בנויה ווי אמשנעלסטן.


דער רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש אין אנגעווארעמט די חסידים אויסצושטרעקן די הענט במחשבה בדיבור ובמעשה, און שאפן גרויסע סכומים אויפצובויען דעם פרעכטיגן בית הגדול והקדוש. דער ציבור האט זיך טאקע ווארעם אנגערופן - א סך הכל פון קרוב צו צען מיליאן שקלים וואס די חסידים האבן זיך אונטערגענימען.


לויט ווי די עסקנים געבן איבער, האפט מען אז ביז די קומענדיגע יאר, זאל מען קענען פארענדיגן בויען אלע שטאקן אינעם בנין, מען זאל דארט קענען דאווענען די ימים הנוראים און אז די ישיבה זאל זיך שוין קענען אריינציען אינעם בנין.
















Comments


bottom of page