top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצע באזוך פון האד' מפאפא אין שטאט וויען אונטערוועגנס צום מסע המרומם צו די קברי אבות אין אייראפע

דינסטאג פ' משפטים • כ"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט צופרי האט כ"ק האדמו"ר מפאפא שליט"א אין די פמליא געלאנדעט אין וויען עסטרייך אויף א קורצע אפשטעל פון עטליכע שעה זייענדיג אונטערוועגנס צום מסע המרומם 'עזרת אבותינו' צו די קברי אבות אין אייראפע, די רבי איז אריינגעפארן אין שטאט אין זיך געשטעלט אויף תפילת שחרית אין ביהמ"ד 'קהל חסידים' בנשיאות הגה"צ רבי אברהם יונה שווארץ גאב"ד וויען עסטרייך, אנקומענדיג אין שטאט האט מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט''א, הרה''ג רבי יעקב יחזקי' סופר.


נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם חשובן גאסט וואו הגה"צ רבי אברהם יונה שווארץ גאב"ד וויען האט באגריסט דעם רבי'ן שליט"א מיט פאסיגע דברי ברכה אין די רבי האט משמיע געווען דברות קודש. נאך א קורצע אפרוה האט זיך די רבי צוריק ארויסגעלאזט צום לופטפעלד און ממשיך געווען די נסיעה צום שטאט קאשוי אין סלאוואקיי.







Comentários


bottom of page