top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סדר לימוד שעות רצופות פאר בחורי ראחמיסטריווקא כהכנה צום יו"ט פסח‎

מיטוואך פ' מצורע • ט' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

ווי יאהר יערליך האבן זיך הונדערטער בחורי חמד חסידי רחמיסטריווקא פון איבער גאנץ ארץ ישראל צוזאמגענימען אין בית המדרש הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים אויף א סדר לימוד שלש שעות רצופות ווי כ''ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט''א האט איינגעפירט אלס הכנה דרבה צום יו''ט פסח. נאכן סדר לימוד איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און איבערגעגעבן א קארצע שמועס פאר די בחורים אין דערנאך פארטיילט געבענטשטע וויין פאר די ראשי החבורות צום ליל הסדר, דאן זענען דורך אל מול פני הקודש די בחורים המצטיינים וועלכע האבן איבערגעגעבן די שעות צעטליך מיט די שעות רצופות וואס זיי האבן זיך אונטערגענימען צו לערנען דורכאויס די קומענדיגע ימי בין הזמנים, ווי די רבי שליט"א האט פארטיילט וויין און מאציל געווען מברכות קדשו פאר יעדן בפרטית.

























bottom of page