top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד מן הארץ • נפטר געווארן הרה"ח ר' שלום באכנער ז"ל זקן חסידי באבוב‎

זונטאג פ' משפטים • כ"ה שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת - אבד חסיד מן הארץ 


מיט גרויס צער האבן פילע חסידי באבוב היינט פארמיטאג באגלייט למנוחת עולמים אחד מזקני חסידי באבוב, איש תם וישר הרה"ח ר' שלום באכנער זכרונו לברכה פון די סאמע לעצט פארבליבענע תלמידים פון הרה"ק בעל 'קדושת ציון' מבאבוב זי''ע וואס איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון הונדערט אין איין יאהר.


די לויה איז פארגעקומען היינט פארמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק ווי א גרויסע ציבור איז זיך צוזאמגעקומען אפצוגעבן די כבוד האחרון פארן חשובע נפטר ובראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. עס האט מספיד געוועהן הגה"צ רבי חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"צ באבוב וועלכע ארויסגעברענגט די אבידה שאין לה תמורה ווי אזא איד וואס האט געדינט דעם אייבערשטן בשמחה 'ועסיק באורייתא תדירא' גייט אוועק פון דער וועלט, דערנאך האט מען מלוה געווען די מיטה אויפן וועג קיין ניו דזשערזי. צווישן די מלווים האט זיך אויך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט''א, די נפטר איז ער געברענגט געווארן לקבורה אויפן באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי סמוך ונראה צום אהל אדמור"י בית באבוב.


ר' שלום ז"ל איז געבוירן ווינטער שנת תרפ"ג אין שטאט קשאנוב אין גאליציע צו זיין פאטער הרה"ח ר' איילוש באכנער ע"ה מחשובי חסידי צאנז - באבוב וועלכע האט נאך זוכה געוועהן צו זעהן דעם הייליגן דברי חיים די צאנזער רב זי''ע, ביי זיין בר מצוה בשנת תרצ"ו האט ער תפילין געלייגט ביי הרה"ק בעל 'קדושת ציון' מבאבוב זי"ע, אין זיין יוגענט האט ער זוכה געוועהן זיך צו ווייקן פילע שבתים אין ימים טובים ביים קדושת ציון אין שטאט טשעבין, אזוי אויך האט ער נאך זוכה געווען צו זעהן עטליכע קינדער פונעם הייליגען צאנזער רב, הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט, הרה"ק ר' ישעי'לע משטעחויב און הרה"ק ר' אלעזר אושפיצינער זיע"א.


ר' שלום פלעגט דערציילן ווי ער האט זיך געהאלטן ביים קריג דורכן זינגען די ניגונים פון רבו הרה"ק בעל קדושת ציון זי"ע. נאכן קריג האט ער זיך מדבק געווען צו מורו ורבו הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב צו וועם ער איז געועהן אדוק ומקושר כל ימי חייו, און שפעטער צו בנו ממשיך דרכו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ווי ער פלעגט תימדין כסדרן מיטהאלטן די תפילות און טישן כעבדא קמיה מריה עד אחרית ימיו ממש.


די באבובער רב שליט"א פלעגט כסדר דערמאנען ר' שלום אלס א מוסטער אין א מוסר ספר און פלעגט דערציילן אז ער האט אמאל געפרעגט ר' שלום פארוואס ער שלעפט זיך אין די שווערע וועטער צום דאווענען קיין באבוב, האט ער גענטפערט אז אויב ביי די דייטשן האט ער געארבעט און די אומשטענדן מוז ער כל שכן קומען דאווענען אין ביהמ"ד!


מיט זיין פטירה איז אפגעריסן געווארן א בריק צום אמאליגן דור, ר' שלום איז געווען א חסידישער איד במלא מובן המילה, וממעתיקי השמועה, ער פלעג כסדר אויפטרעטן פארן קומענדיגן דור, די אינגעלייט אין בחורים, אין פארציילט זכרונות פון די אמאליגע צדיקים אין חסידים פונעם אלטן היים, ער איז אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום ביז זיינע לעצטע טעג זייענדיג בצלילת הדעת ביז צו זיין פטירה.


ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישירים מבורך קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים ההולכים בדרך המסורה צווישן זיינע קינדער ציילן זיך בנו העסקן הרה"ח ר' שלמה באכנער הי"ו נשיא ומייסד מפעל בוני עולם.


יהא זכרו ברוך





Коментарі


bottom of page