top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אהרן באזוכט ביי האד' מנדבורנה צפת אין ירושלים

דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן אויפדערנאכט האט כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א אפגעשטאט א באזוך ביי כ''ק האדמו''ר מנדבורנה צפת שליט''א אין זיין אכסניא אין ירושלים ווי די רבי שליט''א וויילט די טעג שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה לרגל די חתונה פון אן אייניקל, די רבי'ס האבן געשמועסט בדברי תורה וסיפורי צדיקים אין דערנאך געטרינקען לחיים לרגל די שמחה, פריער נאכמיטאג איז דער נאדווערנער רבי געוועהן אויף א תפילה ביים קבר שמעון הצדיק אין ירושלים ווי די רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה האט זיך די רבי באגעגענט מיט המקובל הגה''צ רבי אביש ציינווירטה שליט''א.

bottom of page