top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער שמחת החתונה בחצרות אלכסנדר - אמשינאוו געפראוועט בעיר התורה והחסידות בני ברק

דינסטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

אין א פריידיגע שטימונג האבן זיך הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, אלכסנדר חסידים און אמשינובער חסידים פון ארץ ישראל און אויסלאנד מיטגעהאלטן די רעבישע שמחה אין בני ברק פון החתן זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא עב"ג די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א א טאכטער ביי זיין זון הרה"צ רבי יהודה משה דאנציגער אב"ד אלכסנדר ברכפלד איידעם ביי הגה"צ רבי עמרם געשטעטנער גאב"ד קרית אגודת ישראל.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר  מאלכסנדר שליט"א, קריאת הכתובה הגאון רבי צבי כץ ראש ישיבת טל תורה, מיט די ברכות זענעןמכבוד געווארן די פעטער'ס האדמורי"ם מזוטשקא, אמשינוב בית שמש און הגה"צ רבי יוסל ארנסטר אב"ד אלכסנדר ב"פ, ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ גאב"ד קרית אגודת ישראל.


דורכאויס די שמחה האבן באשיינט פילע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה צווישן זיי די פעטער'ס הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י, און האדמורי"ם ממודזיץ, לויצק, סוכוטשוב, בוטושאן, האחים האדמורי"ם מזוטשקא, טעמשוואר אלעד, אמשינוב בית שמש, האלמין ביתר און הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידרמאן שליט"א, און האדמורי"ם מדאראג מקרעטשניף קרית גת - אפאלע - הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ - הגה"צ רבי וועלוול ארנסטר אב"ד מאור חיים ירושלים און נאך.














































































コメント


bottom of page