top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לכו והתפרנסו: סוקסעספולע "סקווירא עקספא" מיט באטייליגונג פון טויזנטער ביזנעסלייט

דינסטאג פ' ויצא • ב' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

טויזנטער ביזנעסלייט האבן פארלאפענעם דאנערשטאג תולדות מיטגעהאלטן דעם העכסט געלונגענעם ״סקווירא ביזנעס עקספּאָו״ וואס האט צונויפגעברענגט עטליכע הונדערט עקזיביטערס און טויזנטער באַזוכער סקווירא חסידים און עמך אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק.


זייענדיג אן ערשטמאליגע אונטערנעמונג אינערהאלב ק"ק סקווירא, האט דאס געצויגן גרויס אינטערעסע און ברייטע שפאנונג איבער די גאנצע חסיד'ישע גאס, וואס האט נאכגעפאלגט מיט הנאה און פארגעניגן דעם בליענדן עקאנאמישן אויפבלי אין די חסיד'ישע וועלט, ובפרט אינערהאלב חסידי סקווירא, וועלכע מאכן ביזנעס אויף א העכסט סוקסעספולן פארנעם, און זיי זענען ריכטיג מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".


די עקספאו איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן "אר סי סי" סענטער אין ראקלענד קאונטי, אָרגאַניזירט אין צוזאַמאַרבעט פון די ראשי הנהלת ועסקני ק"ק סקווירא, וועלכע האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים צו רעפּרעזענטירן און צו פארברייטערן זייער ביזנעסער.


אין שפיץ פונעם עקספאו איז געשטאנען דער ענערגישער איש האשכולות ואיש המעש, מוה"ר ר' יעקב יוסף בערגער מחשובי חסידי סקווירא, פון די "טריפל קאארדענשענס" פירמע, וועלכער האט מיט זיינע געניטע געבענטשטע כשרונות געברענגט א מוסטערהאפטיגע סוקסעס זייענדיג דאס געשפרעך פון טאג אין די גאנצע חסיד'ישע גאס. איידער'ן עקספאו זענען די ראשי העסקנים אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען ברכת קדשו לברכה והצלחה.


אינעם זאל זענען געווען אויסגעשטעלט הונדערטער סטאנציע'ס וואו די די סוחרים האבן פארגעשטעלט זייער סערוויסעס אין ביזנעסער, אין עס איז געווען  א מחזה הוד מיטצוהאלטן דאס אחדות און ברידערליכקייט, און בעיקר דאס רעספעקט וואס יעדער האט אפגעגעבן איינער צום צווייטן, קיין שום מושג פון קאנקורענט האט נישט עקזיסטירט.


דורכאויס דעם טאג האבן זיך דורכגעדרייט טויזנטער סוחרים און ביזנעסלייט, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן באוואונדערט דעם געלונגענעם צוזאמענברענג פון אזויפיל הונדערטער ביזנעסער און סערוויסעס ביים היימישן ציבור, און ספעציעל האט מען מיט באגייסטערונג באגריסט די שעפערישע און קריעטיווע ביזנעס געדאנקען און אויפטרעפונגען מיט וואס די סקווירא סוחרים קומען אויף און בארייכערן דעם עולם המסחר.


מיט א הדרת כבוד האט מען ביים עקספאו אויפגענומען הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די צוויי עלטערע זין, הרה"צ ר' אהרן מענדל און הרה"צ ר' יצחק, און די צוויי יונגערע זין, הרה"צ ר' יעקב יוסף און הרה"צ ר' חיים מאיר, וועלכע זענען פערזענליך ארום צווישן די עקזיביטארס און זיך אומגעקוקט מיט צופרידנהייט אויף די געוואלדיגע הצלחה ביי אלע סוחרים.


א קידוש שם שמים האט זיך געשאפן פון די ערליכע חסיד'ישע אטמאספער ווי אזוי די גאנצע עקספאו איז צוגעגאנגען, בכל צעד ושעל, סיי בכלליות ווען אלע ביזנעסלייט זענען גאנגען מיט'ן חסיד'ישן לבוש, במשך די גאנצע צייט, כרצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, זייענדיג די שענסטע באווייז אז טראץ מ'איז גרויס אין די ביזנעס וועלט, קען מען נאך אלץ גיין אנגעטון חסיד'יש, און מ'דארף זיך גארנישט כלומר'שט אהערשטעלן.


באזונדער האט ארויסגעשיינט די ערליכקייט און אפגעהיטנקייט אין געביט פון טעכנאלאגישע כלים, זיך האלטנדיג פולשטענדיג צו די גדרים וסייגים וואס דער רבי שליט"א מאנט און פאדערט בכל עת, אפילו ווען מ'איז עוסק אין מסחר. עס האט נישט עקזיסטירט קיין "וואטס עפפ" ביי קיין איינע פון די ביזנעסלייט, און ווען א גאסט האט זיי געפרעגט צי מ'קען זיך פארבינדן מיט זיי אויף וואטס-עפפ? איז די ענטפער געווען, מיט שטאלץ און זיכערקייט: "ניין! מ'קען זיך פארבינדן דורך אימעיל אדער טעלעפאן!"

ווי אויך איז נישט געווען קיין שום ווידיא אין זאל, נישט ביי די עקזיביטארס און נישט ביי די דרשות און לעקציעס, און ניטאמאל אין די זייטיגע שטובער.


אין לויף פונעם טאג זענען אפגעהאלטן געווארן פארשידענער דרשות אין לעקציעס מיט ווערדפולע אין תוכנדיגע אינפארמאציע וואס קען צונוץ קומען אינעם טאג טעגליכן לעבן אינעם עולם המסחר, ווי אויך האבן זיך געשטעלט מניני מנחה און עס איז סערווירט געווארן א רחבות'דיגע לאנטש פארן ברייטן ציבור, אין די זייטיגע צימערן, אויף א העכסט באשיידענעם און ערליכן אופן.


שפעטער ביינאכט נאכ'ן עקספאו, זענען די עסקנים אריין צום רבי'ן שליט"א איבערגעבן א לעבעדיגן באריכט פון די הצלחה'דיגע עקספאו, און דער רבי האט במאור פנים אויפגענומען די געוואלדיגע גוטע גריסן, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע סוחרים ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם.

























































Comentarios


bottom of page