top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעלה עמוס • נייע תלמוד תורה עפענט אירע טויערן אין נייעם יישוב דחסידי ביאלא

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


הרחיבי מקום אהלך ויריעות משכנותיך


חסידי ביאלא איינוואוינער אין די געגנט מעלה עמוס, האלטן מיט די פריידיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די יעצטיגע טעג איז געגרינדעט געווארן א נייע תלמוד תורה דחסידי ביאלא, תלמוד תורה תולדות אדם, על שמו ועל זכרו פון הרה"ק רבי יהושע מאוסטרובא זי"ע בעל תולדות אדם.


ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א אוועקגעשטעלט א חסידישע ישוב אין מעלה עמוס מיט עטליכע יאר צוריק, דער רבי פערזענליך שטיפט שטארק די אינגעלייט אהינצוגיין וואוינען, וואו מען קען לעבן מיט גרויס הרחבה און מנוחה, דער ביאלא רבי זעלבסט האט א הויז דארט אין מעלה עמוס, און קומט אהין עטליכע מאל דורכאויס די יאר צו פראווענען שבתים און וויילן בקרב חסידיו תושבי השכונה.


בנו חביבו פונעם רבי'ן הגה"צ ר' אברהם משה ראבינאוויטש שליט"א שטייט אין שפיץ פון די קהילה, און פירט אן מיט אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן אין ביהמ"ד, ארויסהעלפן די אינגעלייט מיט אלע באדערפענישן, און צושטעלן שיעורי תורה און מוסדות החינוך פאר די ילדי תשב"ר.


ביז היינט פלעגן קינדער פארן יעדן טאג צום דערנעבענדיגן שטאט ביתר עילית, לערנען אין די ארטיגע ביאלא תלמוד תורה. און אצינד האט מען אין א מזל'דיגע שעה אוועקגעשטעלט א אייגענע תלמוד תורה אין מעלה עמוס, וואס איז געעפנט געווארן דעם זמן הלימודים חודש אלול, לשמחת לב אלע תושבי השכונה.


האד' מביאלא אויף א לעצטיגע באזוך אינעם נייעם יישוב אין מעלה עמוס


bottom of page