top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקול רנה ותודה: רבישע שמחה אין די הויפן פון אלכסנדר - קאמרנא - שאץ וויזניץ פארגעקומען אין שטאט בני ברק

פרייטאג פ' שופטים • ג' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

די וואך דינסטאג האבן זיך הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעפרייט ביי די רבישע שמחה אין בני ברק אין די הויפן פון אלכסנדר - קאמרנא - שאץ וויזניץ, בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, א זון ביי זיין איידעם הרה"ג ר' אהרן פאללאק שליט"א דומ"ץ טשערנאביל הר יונה, זון פון הגה"צ אב"ד גראסווארדיין סטעטן איילענד שליט"א, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, א טאכטער פון בנו הגדול הרה"צ ר' אליעזר יצחק דאנציגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון היכלי מלכות בקול רנה ותודה המון חוגג.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע פון חתן הגה"צ אב"ד גראסווארדיין סטעטן איילענד שליט"א, מיט קריאת הכתובה די פעטער כ"ק אדמו"ר מבאסטאן ביתר שליט"א, מיט די ברכות ראשונות די זיידעס האדמורי"ם משאץ וויזניץ און קאמארנא, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, נאכן חופה האט די זיידע האדמו"ר מאלכסנדר אנגעוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


לקול תרועת הזמר האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון די געהויבענע זיידעס און מחותנים האדמורי"ם והרבנים שליט"א וועלכע זענען ערשינען צום סעודת החתונה, דאן איז די גאנצע ציבור אריבער וואונטשן לחיים און זיך געשלענגערט אין די רייע אפצוגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר די געהויבענע זיידעס און מחותנים. די ריקודין האבן פארגעזעצט ביתר שאת ועוז, ווען די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א זענען אראפ אינעם צענטער פונעם זאל און מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות.


במשך די שמחת החתונה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מסערט וויזניץ - זוטשקא - נדבורנא ביתר - קאמרנא בני ברק - לעלוב בית שמש - ביאלא רמת אהרן - נאנאש - לייפניק - די פעטער'ס האדמורי"ם מלויצק - בוטושאן - באסטאן ביתר - לעלוב ירושלים, הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים און הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, אזוי אויך הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הרה"צ רבי אהרן טויסיג, הגה"צ רבי אהרן שפירא אב"ד נאראל און נאך.



Comments


bottom of page