top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א באזוכט אין רמה ה' בית שמש צום עפענונג פון נייע "כולל תשובות והנהגות"

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 12 בפבר׳
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 12 בפבר׳

מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: עמית לוי 


מיט התרגשות דקדושה האבן די הונדערטער איינוואוינער אינעם געגענט רמת בית שמש ה' געהאט די זכי' אויפצונעמען דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער איז די וואך ערשינען אויף א באזוך אינעם שכונה און און האט אויסגערופן איבער'ן עפענונג פונעם פרישן פיליאלע פון "כולל תשובות והנהגות" אינעם  געגענט, אלס ענטפער צו די מלחמת שנאה ורדיפת הדת וואס די שונאי הדת פירן אן שוין א לאנגע תקופה קעגן די ערליכע איינוואוינער אינעם געגענט.


די שכונה רמת בית שמש ה' געפונט זיך שוין א לענגערע צייט אונטער א שווערע אטאקע פון די פרייע שונאי הדת, ווען דאס עצם זיך באזעצן פון אזויפיל ערליכע אידן איז ווי א דארן אין די אויגן פון די ארטיגע פרייע איינוואוינער, ווען זיי שטערן טאג איין טאג אויס אנצוגיין מיט'ן טאג טעגליכן ערליכן לעבנסשטייגער און פארגייען דעם וועג פאר די ערליכע אידן, אויף טריט און שריט. 


אין די זעלבדע צייט ארבעט מען שווער אויסצושטעלן דעם געגענט אלס א ריין ערליכער געגענט, ווען אויך דער היימישער ערליכער ציבור פונעם יישוב הישן פון ירושלים האבן זיך דארט אהינגעצויגן און פירן אהן א ריין ערליכן לעבנסשטייגער על אפם ועל חמתם פון די פרייע שכנים. אין די לעצטע טעג זענען ארויפגעקומען צו מעון קדשו פונעם פוסק הדור שליט"א, די שליחים פון פילע קהילות הקודש אינעם געגענט, און האבן פארגעלייגט דעם שרעקליכן צושטאנד אין זייער געגנט, און זענען געקומען בעטן א ברכה און אן עצה איבער די דרכי הפעולה לחיזוק היהדות הנאמנה אינעם געגנט, וויאזוי צו געבן דעם ריכטיגן ענטפער קעגן די שונאי התורה וואס ווילן חלילה פארלענדן את כל הקדוש והיקר היל"ת.


אין לויף פונעם אסיפה האבן זיי דערציילט אז אויך דער "כולל אברכים" וואס איז געעפנט געווארן אינעם שכונה, שטייט נישט אין די שווערע לאסט פון קענען צאלן די געהאלט פאר די אינגעלייט, און האלט ממש ביי א מצב פון צוזאמבראך. דער גאון שליט"א האט באלד אריינגערופן מקורביו הנאמנים און געבעטן אז מ'זאל אנפאנגען צו טוהן הכלה למעשה אויפצוהאלטן דעם כולל וואס אין דעם איז תלוי דער גאנצער קיום פון די הייליגע געגענט. 


אויפ'ן ארט האט דער רב שליט"א געבעטן פון זיין חשוב'ן זון הגאון רבי חיים עוזר שטערנבוך שליט"א ראש רשת כוללי "תשובות והנהגות", אז ער זאל אויך אונטערנעמען צו אויפהאלטן די אינגעלייט אינעם דאזיגן געגענט, און ארייננעמען דעם כולל אונטער'ן נעץ פון די כוללים "תשובות והנהגות".


צום גרויס איבערראשונג פון די אנוועזנדע האט דער פוסק הדור באלד ארויסגעזאגט רצון קדשו צו פּערזענליך ערשיינען אינעם געגענט כדי צו מחזק זיין די ארטיגע אינגעלייט. און טאקע פאריגע וואך דינסטאג איז דער גאון שליט"א ערשינען במלוא הדרו, ווערנדיג אפגעווארט געווארן דורך די רבנים פון די שטאט בית שמש ובראשם דער מרא דאתרא הגאון הגדול רבי נתן הכהן קאפשיץ שליט"א חבר הבד"צ ואיתו עמו דער חבר הבד"צ הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א, אינאיינעם מיט דער מרא דאתרא פון שכונת רמת בית שמש ה' הגאון ר' אברהם יודקאווסקי שליט"א.


ביים ספעציעלן מעמד האט דער פוסק הדור אויפגעטראטן מיט פייערדיגע ווערטער חוצבות להבות אש, לחיזוק הקהילה און בפרט די כולל אברכים וואס וועט זיין די ריכטיגע ענטפער קעגן די טומאה דא אין שטאט, אין די בחינה פון 'זה לעומת זה עשה אלוקים', און ארויסגעברענגט דער חוב קדוש צו מוסיף זיין דאהי נאך קדושה, און נאך תורה, און נאך כוללים". דער גאון האט באטאנט די גרויסע שמחה אז זיין חשוב'ער זון הגאון רבי חיים עוזר שליט"א וואס כוונתו לשם שמים, האלט דא אויף דעם כולל, מיטן האפענונג אז די אינגעלייט וועלן זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה, און וועלן מקפּיד זיין אויף שמירת הזמנים.


נאך די פייערידעג דברות קודש איז פארגעקומען דער מעמד לחיים, ווען די פילע משתתפים האבן אויסגעבראכן אין א פייערדיגן געזאנג, דאנקענדיג און לויבנדיג דעם באשעפער "עד הנה עזרונו רחמיך", און בעטנדיג אויף ווייטער "ולא עזבונו חסדיך מעתה ועד עולם".



ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page