top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נעתר לבקשתינו • היסטארישע הכרזת קודש דעם שבת בחצר הקודש ראחמיסטריווקא מאנסי

מוצאי שבת פ' שמות • כ"ה טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


היסטאריע האט זיך היינט אפגעשפילט בהיכל בית המדרש ראחמיסטריווקא אין מאנסי, ווען פאר קריאת התורה האט הגאון החסיד ר' יצחק אהרן מאריס אויפגעטרעטן בפקודת הקודש פונעם רבי'ן, און איבערגעגעבן די היסטארישע הוראת הקודש איבער די המשכת המלוכה לשם ולתפארת.


הגאון החסיד ר' יצחק אהרן מאריס ר"מ בישיבת שער אפרים, ומשמש בקודש ביים רבי'ן, האט אנגעהויבן זיין דרשה אין נאמען פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט אים געבעטן בעפאר שבת איבערצוגעבן די פאלגענדע ווערטער, דערביי האט ער דערמאנט דאס וואס מ'זעט אין די וואכעדיגע פרשה אז די התמנות פון משה רבינו איז נישט געגאנגען אזוי גרינג, דאס זעלבע איז ווי מ'זעהט היינט, שטייענדיג שוין פינף חדשים זינט די הסתלקות פון אבינו רועינו דער רבי זכרונו לברכה, און ווי יעדע גוטע זאך קומט אן שווער, האט דער רבי שליט"א נישט געוואלט גלייך אננעמען דעם כתר האדמורו"ת טראץ די נאכאנאנדע הפצרות פון די חסידים און די חברי הקהילה, ובראשם זיין גרויסן שווער כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא שליט"א.


דערביי האט ער מודיע געווען אז אין נאמען פונעם רבי'ן ווערן אלע באגרעניצונגען אראפגענומען, און דער רבי איז נעתר געווארן לבקשתינו צו ממלא זיין דעם הייליגן שטעלע, מיטן אפיציעלן טיטל "אדמו"ר מראחמיסטריווקא", און בקרוב הימים וועט דער רבי אנהייבן פירן טיש ווי געהעריג, דאן האט ער מוסיף געווען אז למען השלום האט דער רבי געבעטן אז מ'זאל אים רופן ראחמיסטריווקא רבי פון ספרינג וואלי, און נישט ראחמיסטריווקא רבי פון מאנסי, אבער זיין גרויסן שווער כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא שליט"א און אזוי אויך די קהילה קדושה און די מוסדות הקדושים, זאלן ווייטער בלייבן אזוי ווי ביז היינט אן קיין שום שינוי.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לרגל המאורע, מען האט געזינגען פרייליכע ניגוני הכתרה, און די גאנצע עולם איז אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פארן רבי'ן.


יאריך ימים על ממלכתו.

bottom of page