top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנה דרבה צו שבת של שמחה און נאכפאלגנדע חתונה הגדולה אין סקאליע הויף

  • Bechatzros admin
  • 27 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנשטאג פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

חסידי וידידי בית סקאליע און תושבי בארא פארק בכלל גרייטן זיך מיטצוהאלטן די וואך שבת פקודי, בצלו פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וואס וועט פראווענען דעם גאנצן שבת אין די זאלן פון ליפשיץ אין צענטער פון שטאט בארא פארק, לרגל די שבת אויפרוף פון אן אייניקל. מוצאי שבת וועט פארקומען די שמחת הפארשפיל בקול רנה וחדוה, בערך ביים זמן רבינו תם אין די ליפשיץ זאלן.


צומארגענס זונטאג ויקרא ביינאכט וועט געפראוועט ווערן די גרויסע שמחת החתונה פונעם רבינ'ס אייניקל החתן בן לבנו הגה"צ המשפיע רבי ברוך פינחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע, מיט הכלה בת הגה"צ אב"ד פרעמישלאן פלעטבוש שליט"א, אין די זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק.


די שמחה וועט ווערן נאכגעפאלגט ביים גרויסארטיגן צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורכ'ן זיידן כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, דעם דאנערשטאג ויקרא ביינאכט אין די סקאליע ת"ת זאל אויף מיקדאנעלד עוועניו אין בארא פארק.


אין די יעצטיגע טעג איז דער מחותן הגה"צ אבד"ק סקאליע שליט"א ארומגעגאנגען לבתי אדמורי"ם ורבנים איינצולאדענען לכבוד די שמחה, צווישן זיי ביי האדמורי"ם: מבאבוב, באבוב-45, צאנז קלויזענבורג, מונקאטש, בית חיים יהושע, סערדאהעלי, ראחמיסטריווקא, וויזניץ ירושלים, וויזניץ ב"פ, צאנז זמיגראד, טשערנאביל, סקווירא מב"פ, נדבורנא ב"פ, פאלטישאן, אונגוואר, ווערדאן, לעלוב, ליסקא, אמשינאוו, בורשטין, גאב"ד קארלסבורג, און אב"ד אמונת ישראל.


אזוי אויך אין וויליאמסבורג ביי האדמורי"ם מפאפא, תולדות צבי ספינקא, וויען, קאשוי, גאלאנטא, וויזניץ וומסב"ג, סקולען וומסב"ג, און אב"ד סאטמאר-וומסב"ג.

ree
ree
ree
ree




תגובות


bottom of page