בחוצות בני ברק: געהויבענער שמחת נישואין בחצרות דאראג - מאור חיים
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בידלער קרעדיט: שוקי לרר
מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות האבן מאסן חסידי דאראג מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת הנישואין בחצרות בית צדיקים וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל במקהלות עם רב, בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, בן זקונים פון בנו הגדול הרה"צ ר' אשר ראזענפעלד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' וועלוול ארנסטר שליט"א אב"ד קרית מאור חיים ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל שעדראוויצקי שליט"א מסטרעטין. די שמחה איז פייערליך געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אין היכל בית המדרש הגדול דאראג אין בני ברק.
חסידי דאראג האבן אפגעגעבן א באזונדערע שבח והודאה ווען נאך א לאנג פארצויגענע שוואכקייט די לעצטע תקופה האט מען געהאט די זכיה אז דער רבי שליט"א האט אנגעפירט די גאנצע חתונה מבואו ועד צאתו בראש העדה בנהירו דאנפין, קומענדיג צוביסלעך צוריק צו די כוחות.
נאכמיטאג ביום החופה איז דער רבי שליט"א ערשינען אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים צום מעמד קבלת פנים, וואו מען האט געזונגען ניגוני התעוררות וכיסופין לעורר הלבבות, צווישן זיי פילע ניגוני קודש לבית וויזניץ. ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א. עדי קידושין: הגאון רבי יוסף צאלער שליט"א ראש ישיבת סאדיגורא און הגאון רבי דניאל פייבער שליט"א דומ"ץ טרעבישאן. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ רבי יחיאל מיכל שעדראוויצקי שליט"א. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס: הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א, הגאון רבי מאיר שלום שעדראוויצקי שליט"א, און הגאון רבי אליעזר שלומוביץ שליט"א ראש ישיבת צמח צדיק וויזניץ אין אלעד, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אב"ד מאור חיים שליט"א. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן מחול לצדיקים.
אום 9:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה אינאיינעם מיט די זיידעס און מחותנים לקול תרועת הזמר. דורכאויס די שמחה האבן באשיינט בראש המסובים פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, זוועהיל, שומרי אמונים, ביטשקוב, סטריקוב, טרעבישאן, מיאלען, לעלוב בני ברק, אנטניא, קודינוב, ביאלא פשיסחא, זידיטשוב בני ברק, ספינקא גני גד, נדבורנא פתח תקוה, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הגה"צ אב"ד סטריקוב, הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים שליט"א אב"ד קרעטשניף, הגה"צ רבי שלמה וואסערמאן שליט"א אב"ד לעלוב, הגה"צ רבי אהרן שפירא שליט"א אב"ד נאראל, הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים צפת, און נאך פילע רבנים חשובים.
בשעת די סעודת החתונה איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים, און מען האט ממשיך געווען מיט די ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה. מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי דוד ראזנפעלד שליט"א אבד"ק קארלין לעלוב, די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן קרובי המשפחה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א מחותן מצד הכלה.
דאן האט מען צוגעטראטן צום רעווא דרעווין דעם געהויבענעם מעמד המצווה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא ר' יואל פאללאק הי"ו האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין קדישין מיט ווארימע חרוזים, און בתוך דבריו דערמאנט די יעצטיגע צייט וואס מען צייכנט אפ גאנצע ל"ב שנים זינט דער רבי שליט"א איז נתעטר געווארן בכתר האדמורו"ת חודש אב תשנ"ד, אפגעבנדיג א שבח והודאה אויף אלע חסדים עד הלום מיט א בקשה על העתיד. דערנאך האט מען געזינגען דעם ניגון זכרנו לחיים פונעם ראש השלשלת הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע, דער רבי שליט"א האט געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דאן אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן עקסטער מיט די חתן און די מחותנים.
שפעטער האט דער זיידע הגה"צ רבי וועלוול ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים אפגעראכטן די ריקודין אויף א געהויבענעם שטייגער פאר א גאנצע שעה צייט כדרכו, דערנאך זענען געטאנצן דער זיידע הגה"צ רבי יחיאל מיכל שעדראוויצקי שליט"א, די פעטערס האדמורים והרבנים לבית קארלין לעלוב, די מחותנים און דער חתן לפני הכלה, ווען עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער פארטאגס.

















































































































