ברוך הבא: האד' מפינסק קארלין לאזט זיך ארויס אויף לענגערע מסע קודש קיין ניו יארק
- בחצרות הקודש
- 5 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 6 בפבר׳
מיטוואך פ' בשלח • ז' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה רישן זיך מאסן חסידים ומעריצים מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וואס נעמט אונטער א מסע קודש פון צוויי וואכן קיין ניו יארק.
די יעצטיגע נסיעה קומט נאך א גאנצע קיילעכיגע יאר וואס דער רבי שליט"א איז אריבער א שווערע דורכגאנג אין געזונט, און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים האט דער רבי לעצטע יאר נישט אפגעראכטן די יערליכע נסיעה קיין חוץ לארץ אויפצוטרייבן געלטער להחזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש, די תלמוד תורה, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, און נעץ פון כוללים ברחבי ארה"ק.
אצינד ווען דער רבי שליט"א איז בחסדי שמים צוריק לאיתנו הראשון, לאזט זיך דער רבי פריש ארויס אויף די יערליכע נסיעה, און וועט דעם קומענדיגן וואך פר' יתרו אנקומען לשערי העיר, און דורכאויס די נאכפאלגנדע צוויי וואכן באזוכן בבתי נגידים בעם און אפרעכטן גראנדיעזע באנקעטן.
דער הויכפונקט וועט זיין אין די צוויי לעכטיגע שבתים, שבת פר' יתרו אין שטאט לעיקוואוד, און שבת משפטים אין שטאט מאנסי, וואו דער רבי וועט מעריך זיין די פלאם פייערדיגע קארלינע שבתים בנועם קדושת השבת.
ווי אויך וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן א גרויסן "חמשה עשר טיש" דעם קומענדיגן יו"ט חמשה עשר בשבט ברוב עם הדרת מלך, וואס וועט זיין א לעכטיגע איבערלעבעניש פאר אלע משתתפים.
תגובות