זונטאג פ' נשא - ח' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
מיט גרויס פרייד האבן חסידי באבוב און תושבי לינדען בפרט דעם ערב יום טוב ערהאלטן די בשורה טובה פון הרחבת גבולי הקדושה ווען בסייעתא דשמיא ובברכתו ועידודו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט מען געשלאסן די ענדגילטיגע מקח אויף די ריזן 'פייוו סטאר' בנין אין צענטער פון שטאט לינדען ניו דזשערזי וואס וועט דינען אלס בית המדרש הגדול לתורה ולתפילה דקהל דברי שלמה באבוב אין לינדען.
ווי ברייט באריכטעט האט די הנהלת קהל דברי שלמה באבוב אין לינדען פאריאהר געשלאסן א מולטי מיליאן דאללער קאנטראקט אויף א גרויסע בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט לינדען, אין אצינד האט מען בסייעתא דשמיא גומר געווארן די מקח אין די בנין איז אריבער אינטער די גענצליכע בעלות פון קהילת באבוב צום פרייד פון די הונדרעטער תושבי לינדען און חסידי באבוב דער מקח האט אפגעקאסט די אסטראנאמישע סכום פון איבער 7 מיליאן דאללער, אין איז אונטערגענימען געווארן מיט די ברייטהארציגע הילף פון א צאל נדיבים בעם תומכי תורה ובראשם הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעזער עמוד התווך פון קהילת באבוב אין לינדען.
די בנין וועט אנהאלטען א ריזן היכל הבית מדרש מיט הונדרעטער זיץ פלעצער א היכל התורה, עטליכע מנינים שטיבלעך א פרעכטיגע מקוה טהרה און אלע צוגעהערן פאר א בית מקדש מעט כראוי וכיאות. און די קומענדיגע תקופה וועט די בנין אריבער גיין פארשידענע רענאוואציעס ווי מ'וועט ארויפציען נאך א גאנצע שטאק אויפ'ן בנין און איבערפרישען און פארשענערן דעם גאנצע בנין מבית ומבחוץ לפאר ולרומם את בית ד' אויפן בעסטן אין שענסטן אופן.
אין אנדערע נייעס איז געמאלדען געווארן די בשורה טובה פאר חסידי באבוב תושבי לינדען אז אנהייב פון די קומענדיגע זמן הלימודים וועט זיך עפענען נאך עטליכע קלאסן פאר די אינגערע כתות פון ת"ת בני ציון און בית חינוך לבנות בנות ציון אינעם עיר ואם בישראל לינדען.
תושבי לינדען בכלל און חסידי באבוב בפרט פרייען זיך מיט עקסטאז צוזעהנדיג די וואוקס און בליה פונעם נייעם יישוב וואס שפאנט פאראויס מיט נאכאנאנדע הרחבת גבולי הקדושה.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!
Comments