top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מניקלשבורג וועט וויילן אויף יו"ט שבועות אין ירושלים לרגל חתונה פון נכדתו הכלה

מיטוואך פ' במדבר - כ"ו אייר תשפ"ג | קול בחצרות


מארגן דאנערשטאג וועט די יהדות החרדית בארצינו הקדושה האבן די זכיה צו מקבל זיין דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, וועלכער קומט צו פארן צו באשיינען על ראש שמחתו, שמחת החתונה פון נכדתו הכלה החשובה, טאכטער פון בנו הגדול הרב ר' שלום ברוך יודא לעבאוויטש זכרונו לברכה.


דעם שב"ק וועט דער רבי פראווענען אויף א געהויבענע פארנעם בעיר הקודש צפת, א שבת התאחדות והתעלות מיט כלל חסידיו ומעריציו די באתרא הדין, די חסידים אין ארץ ישראל קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט מיטצוהאלטן א געהויבענע שבת ביים רבי'ן, איבערהויפט ווען מ'וועט זוכה זיין מיטצוהאלטן דעם שבתא דריגלא, שבת מברכים און ערב ראש חודש סיון בצל הקודש.


דעם קומענדיגן מאנטאג וועט פארקומען די שמחת החתונה במעון קדשו אין א גרויסע זאל נעבן די שטאט בית שמש. די רבי שליט''א וועט פארבלייבן אין ארץ ישראל אויף יו''ט שבועות אין פראווען די געהויבענע יום טוב קבלת התורה אין עיה''ק ירושלים, נאכגעפלאגט מיטן שבת שבע ברכות פון נכדתו הכלה.

Comments


bottom of page