הולך ונבנה: האד' מבאבוב 45 באזוכט מאסיווע קאנסטרוקציע זאנע פון נייעם גיגאנטישן בנין המתיבתא אין בארא פארק
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשווסקי
אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי די מאסיווע קאנסטרוקציע זאנע פון די גיגאנטישע בנין המתיבתא דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק, וואס איז הולך ונבנה מיט בליציגע שנעלקייט אויף די 15'טע עוועניו ביי די 37'סטע גאס.
ביים אנקומען האבן אפגעווארט די הנהלת המתיבתא, ראשי הקהילה, און עטליכע חשובי תומכים נכבדים, וואס האבן גענומען א חלק אין דעם בנין מולטי מיליאן דאלער'דיגע פראיעקט. ביים אריינקומען אין דעם גיגאנטישן בנין, האט דער בוי מייסטער פונעם בנין, ר' אלי' האפמאן שיחי', ארומגעוויזן דעם רבי'ן און אויסגעשמועסט די פרטי הדברים אויף די שטאקן פונעם בנין.
דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט מיט א ספעציעלער פארגעניגן, און עונג רוחני, ביים גרויסן היכל הבית המדרש, וואו די בחורים וועלן אי"ה עוסק זיין בתורה וחסידות ומידות טובות אויף א גאר רחבות'דיגן פארנעם, און געוואונטשן ברכת קדשו אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו דעם "ותשלם כל המלאכה" ווי אינגיכן.



























תגובות