top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראש השנה עליות אין חצה"ק סקווירא ווערן פארקויפט דורך טעלעפאנישע און דיגיטאלישע ליציטאציע

  • לפני 10 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין חצה"ק סקווירא איז פראקלאמירט געווארן אן אייגנארטיגע אינציאטיוו, ווען צום ערשטן מאל וועט מען פארקויפן די עליות און כיבודים פאר די צוויי טעג פון יום טוב ראש השנה בצל הקודש, אין א ליציטאציע דורך טעלעפאנישע און דיגיטאלישע ליציטאציע פלאטפארמעס.


צוליב די ריבוי העם פון טויזנטער חסידים וואס זענען זיך מסתופף אום יום טוב ראש השנה אין די סקווערער הויף איז דאס פארקויפן די עליות און כיבודים געווארן היבש קאמפלעצירט, און נישט יעדער וואס וויל קויפן א כיבוד קען מיטהאלטן דאס פארקויפן, דעריבער האבן די גבאים באשלאסן צו אוועקשטעלן א טעלעפאנישע סיסטעם צו פארקויפן די עליות פון די צוויי טעג ראש השנה, וואו די חסידים האבן די געלעגנהייט צו קויפן עליות פאר זיך אדער פאר א נאנטע, געוואנדן לויט ווער עס געבט אריין די העכסטע אנבאט.


אין א מעלדונג ארויסגעשטעלט דורך ביהמ"ד הגדול צמח דוד ד'שיכון סקווירא, איז געמאלדן געווארן איבער די נייע סדר, לויט וועלכן די עליות און כיבודים וועלן פארקויפט ווערן דורך די אויטאמאטישע טעלעפאן סיסטעם אדער דורך א ספעציעלע דיגיטאלישע פלאטפארמע. די ליציטאציע וועט אנהאלטן ביז היינט 11:00 ביינאכט, און תיכף נאך די דעדליין וועט מען קענען הערן די נעמען פון די זוכים אין די עליות.



תגובות


bottom of page