top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אין לשכוח: געהויבענער שבת קודש בצל האד' מבאבוב אין אין מחנה מתיבתא עץ חיים ד'באבוב אין פענסילוועניע

  • לפני 39 דקות
  • זמן קריאה 5 דקות

מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בערגער

ווערטער זענען צו ארעם ארויסצוברענגען די געפילן פון התרוממות הנפש, וואס וועט שטענדיג געדענקט ווערן ביי די הונטערטער בחורי מתיבתא עץ חיים ד'באבוב, וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם פאלאפענעם שבת קודש פרשת ראה מברכים חודש אלול, ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט געפראוועט דעם שבת בקרב המחנה. די גאנצע שבת איז געפראוועט געווארן אויף א צוגעלאזענע פארנעם און א פערזענליכע אטמאספער, וואו דער רבי האט זיך אראפגעלאזט צו די בחורים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם.


פרייטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א מופיע געווען בשערי המחנה וואס  איז געווען הערליך באצירט מיט לעמפליך און טאוולען לכבוד דער ביקור המרומם. צוליב די שווערע וועטער האט מען שלום גענומען אינעם בית המדרש.


דער רבי שליט"א האט שלום גענומען במאור פנים פון די בחורים איבער א שעה צייט, און זיך נאכגעפרעגט ביים מנהל הרה"ג ר' דוד אשר מאנדלבוים שליט"א אויף יעדער בחור באזונדער. דערנאך איז מען אריבער צום נייעם איבערגעבויטן ביתו נאוה קודש אינעם קעמפ, ווי ס'איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה, און דער רבי שליט"א מעריך געווען א שלחן לחיים מיט די עלטערע רמ"י הישיבה אינעם באנגעלאו.


ביים זמן הדלקת נרות זענען שוין אלע בחורים געווען פארזאמלט אינעם חדר אוכל פונעם קעמפ, ווי ס'איז פארגעקומען דער מעמד טלית לייגן כמידי שבת בשבתו. דער רבי שליט"א האט געמאכט עירובי חצרות און זיכוי הפת מיטן מנכ"ל הישיבה הרב זושא געללער שליט"א.


דאן איז מען אריין אין בית המדרש און דער רב שליט"א האט צוגעטרעטן צום עמוד צו מנחה, מיט אויסערגעווענליכע התרוממות. קבלת שבת האט געדאווענט חתנא דבי נשיאה הרה"ג ר' בן ציון משה הורוויץ שליט"א ר"מ במתיבתא. נאכן דאווענען איז מען אדורך וואונטשן א גוט שבת.


אין א זעלטענע פאל האט דער רב שליט"א מיטגעגעסן די סעודה מיט די בחורים כשתילי זיתים סביב לו, אזוי ווי דער רב האט שוין געטוהן דעם פארגאנגענע שבת ראש חודש אייר ווען ער האט מיטגעגעסן מיט די בחורים אויף א ערטשמאליגן פארנעם. 


בערך א שעה נאכן דאווענען איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום סעודת חקל תפוחין, ווען דער הונטערטער בחורים שטיין גרייט על מחניהם ועל דגלם. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן שלום עליכם מיט גרויס דערהויבנקייט, און דערנאך קידוש געמאכט בקול חוצב און מוציא געווען אלע בחורים. נאכן זיך וואשן האט דער רבי שליט"א געזאגט אז מען וועט אנדרעש ווי געווענליך צוטיילן די דברי תורה דורכאויס די סעודה, און אנגעהויבן די ערשטע תורה בפרשת השבוע.


נאך די פיש האט דער רבי שליט"א פארטיילט לחיים פאר מגידי שיעור ורמ"י המתיבתא, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען מיט די דברי אלקים חיים איבער זיך מתגבר זיין אויף די נסיונות כל אחד ואחד בדרגא דילי'. נאך די יאהך האט דער רבי שליט"א פארטיילט משקה פאר די הנהלת הישיבה און ארויפגעשיקט פאר אלע בחורים.


דער רבי שליט"א האט טועם געווען פון די ארבעס און באנדלעך לכבוד די שלום זכר אצל בנו הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל הלברשטאם שליט"א און פארטיילט פאר אלע נכדי אביו כ"ק אדמו"ר בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל. עקסטער האט דער רב שליט"א פארטיילט פון די מאכלים פאר  די איינקלעך פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זצוק"ל הי"ד, און פונעם חותן המלך הרה"ח ר' משה וואקסמאן ז"ל. 


נאך די זמירות האט מען געזינגען קה רבון בהתעוררות רב, און דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א מיט ברכת המזון. נאכן סעודה וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו פיר שעה, האט מען געטאנצן תנו שבח כנהוג.


נאכן טאנצן האט דער רב שליט"א אויסגעדרוקט זיין הנאה דקדושה זאגנדיג אז מ'זעהט נאך חשובע בחורים וואס טאנצען תנו שבח מיט א פארצייטישע חן אזוי ווי אמאליגע חסידישע אידן, און זיך אויסגעדיקט כלשונו "דער רבש"ע האט נישט באנקראטירט".


בצפרא דשבתא אין א פריע שעה איז שוין דער בית המדרש געווען פיל געפאקט מיט די הונטערטער בחורי חמד גרייט צום דאווענען. צו שחרית איז צוגעגאנגען דעם רבינס זון הרה"צ ר' מרדכי דוב הלברשטאם שליט"א ר"מ במתיבתא.


פארן ליינען האבן די בחורים זיך געזעצט צום וועכעטליכע סדר הלימוד בספרי חסידות. בשעת סדר האט דער רבי שליט"א ארום שפאצירט צווישן די בחורים מיט די מנהל הרה"ג ר' דוד אשר מאנדלבוים שליט"א און זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות.


מיט די עליות האט מען מכבד געווען די עלטערע רמ"י הישיבה. בעפאר ראש חודש בענטשן איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן ארון קודש און משמיע געווען דברי התעוררות איידער מען בענטשט דעם חודש אלול הבא עלינו לטובה.


א סקרוך איז אדורך די ביינער בשעת דער רבי שליט"א האט אויסגעריפן 'ראש חודש אלול יהי' ביום החמישי ולמחרתו ביום הששי הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה', כאפנדיג א ציטער פאר די ימים הנוראים הממשמשים ובאים.


דער רבי שליט"א האט געדאוונט פארן עמוד מוסף און נאכן דאווענען איז מען אריבער צום חדר אוכל פונעם קעמפ ווי ס'איז פארגעקומען די קידושא רבה.


דער רבי שליט"א האט קידוש געמאכט, פארטיילט לקח פאר חשובי רמ"י הישיבה, און אלע בחורי שיעור ד' ולמעלה זענען אדורך באקומען לקח.


בערך א שעה נאך קידוש איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום בייטאג טיש אין בית המדרש. דער רבי שליט"א האט פארטיילט לחיים פאר די בחורי שיעור ג', און כמעשהו בראשונה ביים סעודה ליל שבת, משמיע געווען דברי אלוקים חיים עטליכע מאל במשך די סעודה, בתוך השיחים האט דער רב שליט"א גערעדט בגנות פון די היינטיגע מאדעס פון פארשידענע מלבושים למיניהם. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו הרה"צ ר' אברהם ברוך הורוויץ שליט"א ר"מ במתיבתא.

שבת נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א מעריך דעם פירות טיש כנהוג, ביי וועלכן ער האט פארטיילט פלוימען פאר די בחורי שיעור א', און משמיע געווען אמרי קודש אויפן משנה פון פרקי אבות פרק ה'.


דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם סעודת זעיר אנפין - רעוא דרעוין, ווי מ'האט געקענט טאפן דעם התעוררות און די לופט'ן. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען שלש סעודות תורה שלא כהרגלו אלס הכנה דרבה צו חודש אלול באגלייט מיט פייערדיגע דברי התעוררות לתשובה ולתיקון המעשים, וואס האט שטארק עושה רושם געווען אויף די הונטערטער בחורי חמד.


נאך מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה, און געזאגט ויתן לך ברוב עם. מ'האט געזינגען כי נחם פונעם באקאנטן בעל מנגן הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה שטייענדיג אין וואכן פון שבעה דנחמתא.


פאר המבדיל האט דער רבי שליט"א ווייטער ארומגערעט קעגן די היינטיגע מאדעס, און דערמאנט די מאדע פון לאנגע פיאות, זאגענדיג אז ביי אונז איז די פיאות נישט געווען לענגער ווי די שיעור, און נאכגעלאזט פונעם אריז"ל וואס ברענגט צו דעם ענין.


דערנאך איז מען אדורך מול פני הקודש וואונטשן א גוט וואך. נאכן דורכגיין איז דער רבי שליט"א אריין אין א זייטיגע צימער אין ביהמ"ד, וואו עס זענען געווען אריין אלע בחורים וואס האבן זיך אונטערגענומען נישט צו האבן קיין שום מגע ומשא מיט די טעכנאלאגישע כלים ביז דעם קומענדיגן חנוכה הבעל"ט.


דער רבי שליט"א האט פאר זיי אויפגעטרעטן מיט דברי התחזקות, און פארטיילט א מתנה דער זיבעטער באנד דברי שלמה אויף ספר דברים וואס איז נארוואס ערשינען לאור עולם.


אין א שפעטע שעה איז דער רבי שליט"א ארויס אויפן טעראסע בביתו נאוה קודש און משמיע געווען דברי ברכה פאר אלע נאספים, רבנן ותלמידיהון, זאגענדיג אז ס'איז שווער זיך צו שיידן, אבער מ'טרייסט זיך ווען מ'דערמאנט זיך אז מ'גייט זיך בקרוב זעהן.


נאכן וואונטשן האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם קעמפ, בשעת וואס די בחורים זינגען כי בשמחה תצאו דעם גאנצן וועג ארויס ביזן אריינגאנג פון קעמפ.



תגובות


bottom of page