רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא לקראת די ימי הרחמים והרצון
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט נעכטן מאנטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ביים יערליכן מעמד 'כוללות קוויטל' וואו די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א לקראת די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום.
אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן האבן זיך אנגעהויבן צוזאמצונעמען אינעם גרויסן שטוב, די טויזענטער קינדער פון די עלטערע יארגענג אין די תלמודי תורה פון ירושלים, בני ברק, אשדוד, בית שמש, נוף הגליל, קרית גת און חיפה. מריחוק מקום האבן מיטגעהאלטן דורך א לייוו הוקאפ די תלמידי התלמוד תורה פון אויסלאנד אריינגערעכנט, ניו יארק, קאנאדע, לאנדאן, מאנטשעסטער, וועסטקליף און אנטווערפען.
בעפאר די מעמד האט מען אינאיינעם געזאגט עטליכע פרקי תהילים מיט א כח הרבים פארן מנהיג העדה דער רב שליט''א שיתחדש כנשר נעוריו צו קענען אנגיין לאנגע געזונטע יארן מיט די עבודת הקודש, און עס האבן אויפגעטראטן מיט קורצע דרשות עטליכע מחנכים אין די מוסדות.
צו די באשטימטע צייט איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם. נאך מעריב האט מען ממשיך געווען מיט פראגראם ווען די טויזנטער קינדער בליעה''ר האבן אנגעהויבן זינגען א רייע ניגוני ימים נוראים וואס ווערט געזינגען ראש השנה אינעם בעלזער הויף, און נאך ווארימע און פרייליכע ניגונים בעת די רב שליט"א האט מעיין געווען אין די קוויטלעך.
דאן האבן די צאן קדשים מיט א יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים און הדרכות ישרות וואס די רב שליט''א האט משמיע געווען אריינבלאזנדיג א קוואל פון חיזוק פאר די טייערע תלמידים, לעלות בסולם העולה בית קל און מסיים געווען בברכותיו הטהורות פאר אלע קינדער און זייערע מחנכים.
דערנאך האט דער רב שליט"א אנגעוואונטשן די האניג וואס איז שפעטער פארטיילט געווארן פאר די קינדער דורך די מנהלים, דאן האט מען אנגעהויבן דורכגיין יעדער תלמוד תורה באזונדער, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, צום לעצט זענען דורך די מנהלים און די מלמדים כלי קודש וועלכע האבן באקומען האניג מידיו הקדושות פונעם רב שליט''א לשנה טובה ומתוקה.


























































תגובות