top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס שפאנונג ביי תושבי וויליאמסבורג צום 'שבת הכתרה' בחצר הקודש ראחמיסטריווקא וומסב"ג שבת פ' משפטים הבעל"ט

מאנטאג פ' יתרו • י"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס פרייד האבן חסידי ראחמיסטריווקא תושבי וויליאמסבורג מקבל געווען דעם פרייליכן בשורה, אז דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת משפטים וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א צום ערשטן מאל פראווענען א געהויבענע שבת בקרב חסידיו אין שטאט וויליאמסבורג, שטייענדיג שוין א האלבע יאר זינט די הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.


ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א אויפגענומען געווארן אלס ממשיך שלשלת הקודש אין וויליאמסבורג פארלאפענעם חודש כסלו, דער רבי האט שוין געפראוועט דעם יום טוב שמחת תורה אין וויליאמסבורג, און אפגעראכטן עטליכע וואכענדיגע טישן אין שטאט וויליאמסבורג, אצינד איז באשטעטיגט געווארן אז דעם קומענדיגן פרשת משפטים וועט דער רבי פראווענען דעם ערשטן שבת בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג, די רבי שליט"א וועט אנגעהויבן פון קומענדיגן שבת פראווען יעדער וואך שבת בקרב חסידיו אין וויליאמסבורג אין די צייט וואס דער רבי גרייט זיך זיך אריבערצוציען וואוינען קיין וויליאמסבורג אנפירן די קהילה קדושה פונדערנאנט.


אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן אז דעם שבת קודש פרשת יתרו שבת קבלת התורה, וועט דער רבי אפרעכטן די תפילות און טישן אויף א ערשטמאליגן פארנעם אין גרויסן ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק, אין די צייט וואס דעם רבינ'ס עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועט וויילן אויף שבת אין שיכון סקווירא לרגל די שבת שבע ברכות פון א אייניקל.



Comentários


bottom of page