והארכת ימים: האד' מצאנז קלויזענבורג מקיים געווען מצוה נדירה פון שילוח הקן
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
דעם מיטוואך נאכט ליל ערב יום טוב האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מקיים געווען די מצווה נדירה פון שילוח הקן אויף איינע פון די פרוכט ביימער ביים נייעם בנין המתיבתא צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק.
מיט עטליכע חדשים צוריק בעת די בוי ארבעט אויפן שטח ווען מען האט זיך אנגעשטויסן מיט די ביימער האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א געהייסן לאזן די ביימער שטיין און בויען דעם בנין פון ארום, צוליב דעם צוואת יהודה החסיד נישט אויסצורייסן קיין ביימער.
אצינד איז איז נזדמן געווארן א נעסט אויף איינע פון די ביימער, האבן די בחורים מכבד געווען דעם רבי'ן צו מקיים זיין די זעלטענע מצוה און זוכה זיין די געוואלדיגע סגולות המצווה וואו די הייליגע תורה שרייבט למען ייטב לך והארכת ימים.
ביים אנקומען האט דער רבי דורכגעטון די פונקטליכע הלכות פון מצות שילוח הקן, און דאן פארשיקט די מאמע און ממנה געווען איינע פון די בחורים אלס שליח ארויפצוגיין און נעמען די אייער.
דערנאך האט דער רבי שליט''א אפגעראכטן א שולחן לחיים בהיכל המתיבתא וואו ער האט טועם געווען לחיים און מזונות און אלע געסט וועלכע זענען געקומען צופארן מעבר לים אויף יום טוב זענען דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן.











