top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזוכר חסדי אבות: געהויבענע נסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן דורך האד' מבורשטין

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט התרוממות הנפש האבן פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די נסיעה הרוממה צו די קברי הצדיקים באדמת פוילן דורך כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א. דאס האט אפגעצייכנט א יובל יארן זינט דער רבי שליט"א האט געגרינדעט דאס בורשטינער בית המדרש און אנגעהויבן מכהן צו זיין באדמורו"ת אין יאר תשל"ו, און אלס א הכנה דרבה לקראת די חתונות פון דריי אייניקלעך פונעם רבי'ן וואס קומען פאר אין דער נאענטער תקופה.


דער געהויבענער מסע הקודש האט זיך אנגעהויבן מיטוואך בהר בחוקותי נאכמיטאג, און געלאנדעט דאנערשטאג אינדערפרי אין ווארשע, פוילן.


די ערשטע סטאנציע איז געווען אין דער שטאט מאגלעניץ, וואו מען האט געדאוונט תפילת שחרית, און דערנאך ארויף צום ציון הקדוש פונעם הייליגן שרף פון מאגלעניץ זי"ע שטייענדיג אין די טעג נאך דער יארצייט.


פון מאגלעניץ האט מען פארגעזעצט קיין קאזניץ און דערנאך קיין לובלין.


שפעטער איז מען אנגעקומען קיין אתרא קדישא ליזענסק, וואו מען איז ביי חצות הלילה ארויף צום ציון המצוינת פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע מיט א חרדת קודש.


פרייטאג אינדערפרי איז מען ווידער ארויף צום ציון הקדוש אין ליזענסק, וואו מען האט געזאגט די "תפילה קודם התפילה" נאכ'ן דאווענען האט מען ממשיך געווען צו די הייליגע ציונים אין לאנצהוט און אין רימאנאב.


מיט געהויבענע הרגשים האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין צאנז, זיך גרייטנדיג אויף שבת קודש וואס איז אפגעראכטן געווארן במחיצת פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע.


די תפילות זענען אפגעראכטן געווארן אינעם שטאטישן בית הכנסת אין צאנז. דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה און קבלת שבת.


נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריבער צום שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך דער הכנסת אורחים "בוני צאנז", וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער שולחן הטהור אינאיינעם מיט'ן ציבור. דורכאויס דעם טיש האט דער רבי שליט"א דערציילט א שלל פון סיפורים פונעם הייליגן דברי חיים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הנגיד רבי מענדל ראזנער, וועלכער האט מנדב געווען די הוצאות.


אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישעי' לעווי הי"ו וועלכער האט מיט רירנדיגע ווערטער ארויסגעברענגט די רגשי הלב פון די חסידים צום אפצייכענען דעם שנת היובל זינט דער בורשטינער בית המדרש איז געגרינדעט געווארן. שפעטער ביי דער סעודת יום השבת, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרב שמואל שלמה טעלער שליט"א פון קרית יואל רעדנדיג ממשנתו פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.


דער רבי שליט"א האט דאן משמיע געווען דברות קודש, דערציילנדיג די השתלשלות הענינים אנגעהויבן פונעם התייסדות הקהילה לויט דער צוואה פון זיין טאטן זצ"ל. דער רבי האט דערביי נאכגעזאגט די דברי תורה וואס ער האט משמיע געווען ביים חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד מיט פופציג יאר צוריק.


שבת נאכמיטאג האט הגה"צ רבי שלמה יעקב זיידא אייכנשטיין דומ"ץ בורשטין, פארגעלערנט א שיעור אין פרקי אבות. דאן איז געקומען רעוא דרעווין.


נאך מעריב, ספירת העומר און הבדלה, איז פארגעקומען א סעודת מלוה מלכה, וואו דער רבי האט דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רב שלומקע זוועהילער זי"ע, וועמענ'ס יארצייט פאלט אויס די וואך. שפעט נאך חצות הלילה איז דער גאנצער ציבור ארויף צום אוהל הקדוש פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, וואו עס האט געהערשט א מורא'דיגע התעוררות בשעת'ן זאגן תהילים.


זונטאג אינדערפרי, נאך דער מקוה אין צאנז, האט מען זיך ארויסגעלאזט צו דער שטאט קראקע. מען האט געדאוונט אינעם אלטן בית המדרש פונעם רמ"א. דערנאך איז מען ארויף צום אור-אלטן בית החיים מקום מנוחתו פון רבינו הרמ"א, שטייענדיג אין די טעג נאך דער יארצייט, און מען האט אויך מתפלל געווען ביי די ציונים פון די גאוני קדמוני ארץ וואס ליגן באהאלטן דארט אויפ'ן בית עלמין.


שטייענדיג ביים ציון פונעם הייליגן "תוספות יום טוב", האט דער רבי שליט"א שטארק מעורר געווען דעם ציבור איבער דעם חומר האיסור פון רעדן ביים דאווענען, און איבער די סכנות פון דער טעכנאלאגיע און די כלים המשחיתים וואס ברענגען א חורבן פאר'ן דור.


שפעטער איז מען אריבער צום נייעם בית החיים פוקד זיין דעם ציון פונעם הייליגן "מאור ושמש" און נאך קדושי עליון.


דערמיט האט זיך געשלאָסן די גייסטרייכע נסיעה, און מען האט זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפ'ן וועג צוריק קיין ניו יארק, מיטנעמענדיג הויפנס מיט השפעות טובות.



תגובות


bottom of page