דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מאיר אדרי
א פראכטפולע מעמד איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט בחצר הקודש באיאן, אין די הערליכע בנין מרכז העולמי דחסידי רוזין באיאן אין ירושלים עיר הקודש, וואו מען טוט באנייען די אונטערשטע שטאק פון די בנין בית המדרש, די נייע מקוה היכל התורה, א זאל פאר שמחות און שטיבלעך צום דאווענען.
ווי באקאנט איז אין די לעצטערע פאר יאר אנגעגאנגען העפטיגע בוי ארבעט אהערצושטעלן דעם בית הגדול והקדוש, מיט א יאר צוריק האט מען פולשטענדיג באנייעט דעם פראכטפולן היכל בית המדרש, אין די צייט וואס אויף די אונטערשטע שטאק איז נאך אנגעגעאנגען די בוי ארבעט אין פולן שוואונג.
נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן די היסטארישע מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזה פאר די לעצטע טייל פון די נייע בית המדרש, א פראכטפולע מקוה, און א עלעגאנטע זאל פאר די שמחות פון חסידי באיאן, עטליכע שטיבלעך צום דאווענען און א היכל התורה, און אלעס וואס פעלט זיך אויס אין א גרויסע צענטראלע בית המדרש ברוחניות ובגשמיות.
די געהויבענע מעמד איז באשטימט געווארן אויף נעכטן י"ג אלול, אין טאג פון די יארצייט פון הרבנית מלכה ע"ה אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, און בתו היחידה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע, נאך וועמענס נאמען די נייע זאל אין ביהמ"ד ווערט גערופן "עטרת מלכה".
צום גרויסן מעמד זענען געלאדענט געווארן די חשובע תומכים און נדיבים, חברי וועד נשיאות העולמי פון קהילות און מוסדות רוזין באיאן בארץ הקודש, און פילע אידן וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד.
די גרויסע זאל וועט אויך זיין א אכסניא פאר מערערע מעמדים אינערהאלב קהילה קדושה באיאן, באשיידענע מעמדים פאר די אינגעלייט און בחורים און אזוי ווייטער. אזוי אויך האט מען געבויעט שיינע אפיסעס פאר די צרכי הקהילה והמוסדות, צו פארגרינגערן די הרחבת גבולי הקדושה אויף א באדייטענדע פארנעם.







Comments