האד' מתולדות צבי ספינקא אפגעראכטן סעודת חמשה עשר בהיכל ישיבתו אין טשעסטער
- Bechatzros admin
- לפני 19 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' יתרו כ' שבט | בחצרות הקודש

ביום חמשה עשר בהאי שעתא איז געפראוועט געווארן א הערליכן שולחן הטהור דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א אינעם ישיבה גדולה תורת צבי ספינקא אין טשעסטער בגלילות קרית יואל. די סעודה איז געפראוועט געווארן מאנטאג מבעוד יום מיט די השתתפות פון א ריזן ציבור תושבי העיר וועלכע זענען געקומען מיטלעבן די געהויבענע רגעים, אינאיינעם מיט פילע חסידי ספינקא און די תלמידי הישיבה.
די רבי שליט"א האט משמיע געווען 'דברות קודש' לכבוד היום, און האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט געוואלדיגע לימודים וואס מען נעמט ארויס פון דעם טאג וואס איז ראש השנה פאר די אילנות, און מען ווייסט דאך כי אדם עץ השדה, און מען דארף זעהן מיטצונעמען די השפעות פון דעם טאג. דערנאך האט די רבי שליט"א טועם געוועהן פון די 'אתרוג קאמפאט' כנהוג און דערנאך פארטיילט שריים פאר אלע אנוועזענדע, און די ציבור איז זיך צוגאנגען מיט גרויס דערהויבענקייט.








