מאסן חסידים און געסט מיטגעהאלטן ל"ג בעומר טיש במחיצת קדשו פון האד' מפשעווארסק במקום הנופש אין האלאנד
- 11 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזנטער אידן, חסידי פשעווארסק, תושבי אנטווערפען און פילע געסט האבן דעם ל"ג בעומר מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שולחן הטהור לכבוד היום בצילא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אינעם אפרו-ארט אין האלאנד.
ווי נאר עס איז באשטימט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם טיש דארט אין האלאנד, האבן די עסקנים ארויסגעדינגען א גרויסן זאל נישט ווייט פונעם רבינס אכסניא מיט פאסיגע אקאמאדירונג פאר'ן ריזיגן ציבור וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם יו"ט ל"ג בעומר וואס איז פון די געהויבנסטע טישן אין יאר אין פשעווארסקער הויף.
דער זאל איז געווארן אויפגעשטעלט מיט פארענטשעס פאר די אברכים און בחורי חמד און הונדערטער זיצן פאר די עלטערע אידן און בעל בתים. א סעודה רחבה איז אויפגעגעבן געווארן לכבודו של יום און די משוררים פון די פשעווארסקער קאפעליע האבן מהנה געווען בשירה ובזמרה.
פארנאכטס נאך תפילת מנחה אין די אכסניא האט דער רבי שליט"א כמידי שנה בשנה אנגעצינדן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי, במעמד פון די משפחת המלוכה, וואו מען האט געזונגען די זמירות און פזמונים, און דער רבי האט געשאסן פייל און בויגן כנהוג.
קורצליך דערויף הארט פארן זמן רבינו תם איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם זאל וואס איז שוין געווען פיל געפאקט פון ברעג צו ברעג.
דער רבי האט זיך געוואשן צום שולחן הטהור און מען האט ווידער געזונגען די פזמונים פון בר יוחאי, ואמרתם, אמר רבי עקיבא און נאך, מיט וואס דער משמש בקודש הרב משולם זילבערמאן האט מכבד געווען די רבנים חשובים אויפן אויבן אן און די אנשים חשובים וואס זענען געקומען צופארן פון די מרחקים, אריינגערעכנט אלע אייראפעאישע שטעט, אמעריקא, קאנאדא, און ביזן ווייטן אוסטראליע.
בשעתן זינגען איז דער רבי געווען כולו פארקאכט זייענדיג אזוי דבוק באור תורת רבי שמעון בר יוחאי. נאכן טאנצן אמר רבי עקיבא האט דער רבי שליט"א געזאגט תורה בגודל היום און איבער די גרויסקייט פונעם הייליגם תנא רבי שמעון יוחאי ציטירנדיג הפלא'דיגע מאמרי חז"ל אין ש"ס און מדרשים.
עס איז געווען שפעט ביינאכט ווען דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און זיך געזעגענט מיטן עולם איידערן צוריק פארן צו די אכסניא.





































תגובות