top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער חתונה אין בית שמש פון נכד האד' מנדבורנא צפת אויסגענוצט דורך מאסן תושבי העיר להסתופף בצל קדשו

  • 27 בפבר׳
  • זמן קריאה 3 דקות

פרייטאג פ' תצוה • י' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן די וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחה וואס איז געפראוועט געווארן אינעם שטאט בית שמש, פונעם חתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' חיים שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליהו שטערן שליט"א גאב"ד מירון רחובות, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב מנחם ראבינאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א אדמו"ר מזעליחוב, און אן איידעם ביי הגה"ח ר' אברהם קרויזער שליט"א.


דער נאדווערנער רבי שליט"א פון צפת וועלכע איז באקאנט מיט זיין זעלטענעם עבודה בינו לבין קונו כחד מצדיקי קמאי, פירט אן זיין באשיידענעם הויף אין עיה"ק צפת, און גייט זעלטן ארויס מגבולות ביתו, אצינד ווען דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען קיין בית שמש לפאר על ראש שמחתו, איז געווען א געלעגנהייט פאר פילע חסידים און מבקשים לחזות בנועם ה' און מיטהאלטן לעכטיגע שעות בצל קדשו בעידנא דחדוותא.


דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין בית שמש אין די נאכמיטאג שעה'ן און איז תיכף צוגעפארן צום ארטיגן קרעטשניפער ביהמ"ד און דארט געדאוונט מנחה באריכות כדרכו בקודש, און תיכף דערנאך צוגעפארן צום פארהאנד זאל צו די שמחת החתונה. בשעת'ן קבלת פנים איז געווען א געלעגנהייט דורכצוגיין מיט קוויטלעך להיזכר לטובה אינעם געהויבענעם עת רצון, נאך א קארצע צייט איז מען ארויס צום מעמד החופה מבעוד יום, ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות בעת דער רבי איז איינגעהילט בשרעפי אש קודש.


מיט סידור קידושין האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אליהו שטערן גאב"ד מירון רחובות, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס מצד הכלה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ גאב"ד מירון שליט"א, נאכן חופה איז דער רבי צוגעפארן לבית אחד מחסידיו אין רמה ד' און דארט געדאוונט מעריב.


ארום ניין אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה במלוא הדרו. ביים אריינקומען האט זיך דער רבי מצרף געווען צו די ריקודין של שמחה און געטאנצן מיט די חתן און מחותנים מיט א חדוות הלב, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת מצווה און אפגעראכטן שולחנו הטהור פאר ארום א שעה צייט כשהמלך במסיבו, ווען דער עולם שטייט פון ארום און האלט מיט די געהויבענע עבודה פון רבי'ן, און א גאנצע צייט האבן פילע אידן געשטראמט צום זאל לקבל את פני הקודש און כאפן א בליק אויפן צדיק.


 דורכאויס די סעודה האבן באשיינט דעם פני המזרח פילע רבני העיר בית שמש, צווישן זיי דעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, הגה"צ גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש, הגאון רבי נתן קופשיץ שליט"א רב שכונת נחלה ומנוחה, הגה"צ רבי חיים אהרן מאנדערער שליט"א רב שכונת יפה נוף, הגאון רבי דוב בער רבינוביץ שליט"א מרא דאתרא רמה ד', הגה"צ רבי דוד צבי קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, הגה"צ רבי אברהם כהנא שליט"א אדמו"ר מספינקא בית שמש, און דער פעטער האדמו"ר מקאלושין שליט"א.


בשעת די סעודה האט דער רבי משמיע געווען דברי אלוקים חיים, ארויסברענגענדיג דעם חוב פון לויבן און דאנקן דעם אויבערשטן על כל הטוב והחסד וואס ער טוט בכל עת ובכל רגע, און  אויך מעורר געווען איבער דעם ענין פון צניעות און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן באשעפער אז די קינדער און אייניקלעך גייען בדרך המסורה אן די היינטיגע מאדעס, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו לרוב לכל העם הנאספים.


נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברכה אחריתא און דאן האט מען ממשיך געווען די ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה בשעת דער ציבור שלענגערט זיך אין די רייע דורכצוגיין אל מול פני הקודש וואונטשן לחיים.


דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן צום מצווה טאנץ, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש און אפגעראכטן דעם עבודת הריקודין לפני הכלה אויפן ניגון "צווה ישועות יעקב" כדרכו בקודש בהצנע לכת און זעלטענעם פשטות, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים און בני משפחת המלוכה. נאכן רבינ'ס מצוה טאנץ האט זיך דער רבי געזעגנט פון די משתתפים און זיך ארויסגעלאזט צום בית האכסניא אין די גני גאולה געגענט אין ירושלים, בעת די שמחה אין זאל האט ווייטער ממשיך געווען מיט די ריקודין פון די אנדערע חשובע זיידעס און מחותנים.



תגובות


bottom of page