top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להחיות לב נדכאים • האד' מקאזניץ פראוועט חסידישע טיש אין 'טעקסעס' טורמע

מונטאג פ' ויקהל • כ"ד אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א זעלטענע באזוך איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג אינעם ווייטן טעקסעס, פון די גרויסע שטעט אין אמעריקע וואו חסידישע אידן איז א זעלטנהייט, ווען עס איז געפראוועט געווארן א חסידישע טיש אין איינער פון די שטרענגע טורמעס, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א פון ארץ ישראל.


דער קאזניצער רבי שליט"א איז געווען צוגאסט אין ניו יארק פאר עטליכע טעג צוליב פארשידענע סיבות, זייענדיג אין אמעריקע האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו פארן קיין טעקסעס, וואו א קינד פון איינער פון די חסידים שמאכטעט אין טורמע שוין א לענגערע צייט.


טראץ וואס אזא באזוך איז פארבינדן מיט אומגעהויערע שוועריגקייטן, איז דאס בסייעתא דשמיא צושטאנד געקומען מיטן הילף פון די לאקאלע רבנים אין טעקסעס, איבערהויפט דער טשאפלען פון די לאקאלע תפיסות הרב דוד גאלדשטיין, וועלכער האט מסביר געווען פאר די לאקאלע אויטארירטעטן און די תפיסה וועכטער וואס דאס מיינט א חסידישע רבי, נאך וואס זיי האבן דאס נאך קיינמאל נישט באגעגענט ביז היינט.


פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מקאזשניץ שליט"א אנגעקומען אינעם תפיסה קאמפלעקס אין טעקסעס, אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש און א זון, אינאיינעם מיט עטליכע לאקאלע רבנים פון יוסטאן טעקסעס, מיט גרויס השתדלות פון די עסקנים האט מען גרינגערהייט אריינגעלאזט דעם רבי'ן אינעווייניג, וואו עס האבן זיך פארזאמלט א גרופע אידן וואס געפונען זיך דארט אין תפיסה, אידן פון אלע סארט.


צוערשט האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה און דער רבי האט געדאווענט פארן עמוד, און דערנאך האט דער רבי מעריך געווען א שולחן לחיים, פארטיילט מזונות און פירות פאר די אידישע ארעסטאנטן, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און א לענגערע צייט מחזק געווען די אידן דארט בדברי חיזוק ונחמה, דער רבי האט פארלענגערט א שמועס אין יסודות פון אידישקייט און דברי חיזוק זיך צו האלטן שטארק טראץ די שווערע נסיונות, רעדנדיג אין די ענגלישע שפראך פאר די ארטיגע אידן. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, און דער רבי האט זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ אויפן ניגון ונהפוך הוא.


אויך האט דער רבי אויפגענומען די אידן פריוואט מיט קוויטלעך, און יעדן באגאסן מיט הויפענעס חיזוק ודברי נחמה, ווען צווישן אנדערע האט דער רבי ווארעם געוואונטשן פאר איינער פון די ארעסטאנטן, אז ער וועט נאך זעהן גרויסע ישועות אין די נאנטע צוקונפט, און טראץ די שווערע קעיס וואס הויערט אויף אים, וועט ער גאר אינגיכן הערן גוטע בשורות.




bottom of page