לא פסקה ישיבה: האד' מביאלא פארברעגנט ימי בין הזמנים מיט בחורי החסידות אין ראם פון ישיבת בין הזמנים 'בני ציון'
- בחצרות הקודש

- 24 באוג׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת פ' עקב • כ' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

מיט אן התרגשות דקדושה, טוען די הונדערטער בחורי חסידי ביאלא אויך דאס יאהר - מיטהאלטן די יערליכע ישיבת בין הזמנים מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל 'מבשר טוב', וועלכע האט מיט אריבער פערציג יאהר צוריק געגרינדעט די חשובע מסגרת, און פלעגט אליינס פארברענגען און וויילן אינאיינעם מיט די בחורים, אויסצונוצן די ימי בין הזמנים אין א ריכטיגע תורה'דיגע אטמאספערע.
דאס יאהר איז די ערשטע יאהר וואס כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א טוט מיטהאלטן די ישיבת בין הזמנים למלאות מקום אביו הגדול, די ישיבה האט זיך אנגעהויבן דעם דינסטאג אין עיר התורה והחסידות אלעד, ווי אלע בחורי החסידות פון פארשידענע ישיבות זענען זיך צוזאמגעקומען לפונדק אחד, און דער רבי שליט"א טוט יעדן טאג ספעציעל אריינקומען קיין אלעד און פארלערנען די טיפזיניגע שיעורים אין סוגיות פאר די הונדערטער בחורים, זייענדיג פארפיפט אין די סוגיא מיט די תלמידים הנקראים בנים. ספעציעלע מתחמים ארום די ישיבה זענען איינגערישט געווארן ווי עס ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די בחורי חמד.
די וואך איז פארגעקומען די מעמד הפתיחה אינעם ספעציעלן איינגערישטע היכל התורה אין אלעד, וואו דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש כהכנה דרבה, און דערנאך פארגעלערנט די ערשטע לומדישע שיעור אין די סוגיא פון תקיעת שופר, נאכן שיעור האבן די בחורים געהאט די ספעציעלע געלעגנהייט אריינגיין אל הקודש פנימה און אנפרעגן שאלות אין די סוגיא און דן זיין מיטן רבי'ן בעומק הסוגיא ובים התלמוד. דער קלימאקס איז געוועהן דעם שבת העעל"ט ווען די ישיבת בין הזמנים האט פארגעזעצט קיין נתני' ווי די בחורים האבן מיטגעהאלטן א דערהויבענע שבת בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א אין די בני עקיבא קאמפלעקס.
כהוראת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א זענען די בחורים עוסק אין לויף פון די ישיבת בין הזמנים אין די נושא פון עבודת התפילה,מיט א ספעציעלע סדר לימוד גמרא רש"י תוספות אין סדר זרעים און נזיקין וואס מען האט מסיים געוועהן דעם שבת לעילוי נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל.











תגובות