חסידי באבוב באוויינען פטירה פון הרה"ח ר' קלמן לעזער ז"ל מזקני החסידים; מחותן פון יבלחט"א האד' מבאבוב
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' משפטים • כ''ז שבט | בחצרות הקודש

אבד חסיד מן הארץ: מיט גרויס ווייטאג האבן חסידי באבוב דעם דאנערשטאג באגלייט למנוחת עולמים אחד מזקני החסידים הרה"ח הישיש ר' קלמן לעזער ז"ל מפארי חסידי באבוב ומשיירי תלמידי הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי''ע וואס איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 101 יאר.
ר' קלמן איז געבוירן אין יאר תרפ"ה אין שטאט קשאנוב אין גאליציע צו זיין פאטער הרה"ח ר' לייבוש לעזער ז''ל מחשובי חסידי באבוב און האט אין זיינע יוגנט יארן זוכה געווען להסתופף בצל הקודש פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע אין די יארן וואס ער האט געוואוינט אין שטאט טשעבין.
ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג האט ר' קלמן מיטגעמאכט זעקס שווערע לאגער יארן און האט זיך מוסר נפש געווען צו מקיים זיין די תורה ומצוות. בנסי נסים האט ער זיך געראטעוועט און האט אויפגעשטעלט זיין שיינעם שטוב על אדני התורה והחסידות במסירות נפש ממש. אין די די-פי קעמפס האט ער זיך מסתופף געווען בצל הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. קומענדיג קיין אמעריקע האט זיך ר' קלמן מדבק געווען אין מורו ורבו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע ומנה לא תזוע כל ימיו מיט א התבטלות יתירה.
שפעטער האט ער זיך מדבק געווען כעבדא קמיה מריה צו בנו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און געווען א עבד נאמן מיט אן אויסטערלישע הכנעה. אין די לעצטע יארן איז ר' קלמן נישט געזונט געווען ביז צו זיין פטירה דאנערשטאג אינדערפרי בשיבה טובה אין עלטער פון 101 יאר.
ר' קלמן ע"ה האט אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצוות, צווישן זיי פילע מרביצי תורה ויראה בקהילה קדושה באבוב. באזונדער האט ער זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. צווישן זיינע קינדער ציילן זיך בנו הגה"ח ר' יודל לעזער ר"מ במתיבתא דבאבוב, בנו הרה"ח ר' איטשע לעזער כותב התורות און מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און חתנו הרה"ח ר' יצחק שלום לעזער משב"ק ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע.
די לוויה איז ארויס דאנערשטאג נאכמיטאג פארנט פון בית המדרש הגדול באבוב ווי א גרויסער ציבור איז זיך געקומען משתתף זיין און אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן חשובן נפטר ובראשם האט זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. עס האבן מספיד געווען מחותנו הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א, בנו הגדול הרה"ג ר' יודל לעזער און נכדו הרה"ג ר' נפתלי הירץ לעזער ר"מ במתיבתא דבאבוב וואס האבן ארויסגעברענגט זיין לאנגע לעבנסיארן וואס איז געווען איין לאנגע קייט פון עבודת השם מיט מסירות נפש און אויפשטעלן דורות ישרים נאמנים לה' ולתורתו. פון דארט איז די מטה ארויסגעפארן צום באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי ווי ער איז געברענגט געווארן לקבורה נעבן דעם אהל אדמו"רי בית באבוב.
יהא זכרו ברוך



