top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בזמן שהצדיק בעיר: הערליכע באזוך פון האד' מסטיטשין אין שטאט אנטווערפען

  • 23 במרץ
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


תושבי אנטווערפען האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן דעם קורצן ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, וועלכער האט אפגעשטאט א באזוך אין שטאט אויפצוטרעטן אלס נואם הכבוד ביים דינער השנתי לטובת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, און נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט נישט באזוכט בקרב העיר, האט דער באזוך ארויסגערופן א געוואלדיגן רגש צווישן די פילצאליגע חסידים ומעריצים וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש.


דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אין בריסל בעלגיע וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך א צאל חסידים און האט געמאכט דעם וועג אריין אין שטאט אנטווערפען מיטן באן. ביים אנקומען איז דער רבי תיכף צוגעפארן לבית האבלים ביי משפ' ליפשיץ הנכבדה נאך די פטירה פון הרה"ח ר' אליעזר ליפשיץ ע"ה מחשובי חסידי סטיטשין אין אנטווערפען, דער רבי האט דארט געדאווענט שחרית און דערנאך מנחם געווען און אויפגעשטעלט די אבלים פון די שבעה. כנהוג האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים אויפן ארט און ארומגעשמועסט איבער די מנהגים וואס איז איינגעפירט ביים סיום השבעה.

נאך א קורצן אפרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' נפתלי זינגער הי"ו איז דער רבי ארויסגעפארן קיין לאנדאן, א נסיעה פון ארום פינעף שעה מיט א קאר, וואו דער רבי האט שפעטער ביינאכט אויפגעטרעטן מיטן דרשת נואם הכבוד ביים יערליכן דינער  לטובת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס. 


מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי אפגעפלויגן צוריק קיין אנטווערפען, וואו עס האבן אין לויף פונעם טאג באזוכט אינעם רבינס אכסניא, א דעלאגאציע פון הנהלת כולל חיבת ירושלים, א דעלעגאציע מטעם קהל מחזיקי הדת אנטווערפען, און נאך רבנים חשובים צווישן זיי הגאון רבי אברהם ערנטרויא רב ביהמ"ד זכרון בנימין, און הרה"צ רבי שמעלקא כהנא אבד"ק פשעצלאוו. 


אין די אוונט שטונדן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, ובפרט איבער די צדיקים לבית ראזוואדוב און סטיטשין. פון דארט איז דער רבי אריבער צום דינער אין די בית רחל זאל וואו ער האט משמיע געווען די צענטראלער דרשה במעמד אלע רבנים פון שטאט ובראשם דער פשעווארסקער רבי שליט"א, און מיט די באטייליגונג פון מאסן תושבי העיר, און פילע געסט פון ניו יארק און פון לאנדאן וואס זענען געקומען צופארן צום דינער לכבודו פונעם רבי'ן.

אויפצומארגנס דאנערשטאג ראש חודש האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד תהילות ישראל, וואו ער האט אין א זעלטענעם ערשיינונג יורד געווען לפני התיבה צו הלל מיט גרויס התעוררות און בכיות כדרכו בקודש. נאכן דאווענען האט דער רבי אפכעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת הימים פון חודש ניסן.


שפעטער איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש אינעם אכסניא בבית הרב נפתלי זינגער וואו עס האט זיך באטייליגט א שיינעם ציבור חסידים און אוהדים. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה און מכבד געווען די אנוועזנדע אנשים חשובים מיט די זמירות לכבוד ראש חודש. צווישן די רבנים ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, הגה"צ רבי שמואל מרדכי מאשקאוויטש דומ"ץ בעלזא אנטווערפען, הרה"ג ר' ישעי' שלאמאוויטש בעל מחבר ספרי אבני שוהם און נאך בעלי בתים חשובים פון שטאט. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען שאר בשרו הרה"ח ר' משולם זילבערמאן הי"ו משב"ק אדמו"רי בית פשעווארסק.

נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א, ביי הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען אין שטוב פון זיין איידעם הגה"צ רבי יהושע חיים ארי' שפיטץ ראש ישיבת ווילרייק, און ביי שאר בשרו הרה"ח ר' משולם זילבערמאן הי"ו. פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום באן סטאנציע, פון וואו ער איז געפארן צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.



תגובות


bottom of page