top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רָאָה פָּנָיו מְאִירִים • ל"ג בעומר טיש ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א

  • לפני 49 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם זונטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א זיך אהיימגעקערט נאכ'ן וויילן די לעצטע צוויי וואכן אויף אפרוה אין פלארידע. ביינאכט איז דער רב שליט''א אריינגעקומען צו מעריב אין ביהמ"ד הגדול, ווי דער ציבור איז אדורך געבן שלום פאר א לענגערע צייט.


דינסטאג ביום ל"ג בעומר, נאך שחרית, האט דער רב שליט''א געצינדן נרות כנהוג און געלייגט תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים, ביניהם הבחור אור אייניקל פון גיסו הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א.


ביינאכט איז פארגעקומען די גרויסע ל"ג בעומר טיש אין ביהמ"ד הגדול, וואס איז געווארן אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום פלאץ, און איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן מיט טויזנטער חסידים וואס זענען געקומען מקרוב ומרחוק מיצוהאלטן דעם טיש.


דער רב שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש במשנתו פונעם בעל ההילולא התנא האלקי רשב"י, און מכבד געווען מיט'ן זמר "בר יוחאי" די האחים החשובים, קינדער פון הרה"ח ר' משה חיים מאנדלבוים ע''ה, וואס האט געהאט די חזקה צו זינגען נאך מבית אבותיו ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע ולמעלה בקודש.


מיט "ואמרתם כה לחי" האט דער רב מכבד געווען מחותנו הנגיד החסיד ר' אברהם אהרן לעזער, ווי מ'האט איבערגעזינגען די שטיקל "תורתו מגן לנו" איינמאל און נאכאמאל פאר לענגערע מינוטן מיט גרויס התלהבות.


דער רב שליט''א האט געשאסן מיט א פייל און בויגן כנהוג, און דאן זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה אויף די ניגון "אמר ר' עקיבא" וינועו אמות הספים, ווען די טויזנטער חסידים האבן זיך געהויבן טפחיים על גבי קרקע בשמחה וחדוה.



bottom of page