100 יאר תורה: קורות ומראות חייו פון הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן | ביאגראפיע
- Bechatzros admin
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 7 דקות
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש

דער עולם התורה האט נעכטן מיטוואך אינדערפרי מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה קשה פון אייראפע איבער די הסתלקות לשמי מרום פון איינע פון די שרידים לדור דעה ומשיירי כנסת הגדולה, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבה הרמה, וועלכע האט אויסגעהויכעט זיין לויטערע נשמה לבוראו אין א שיבה טובה מופלגת זייענדיג 104 יאר אלט.
מיט די הסתלקות פונעם ראש הישיבה זצ"ל איז פון אונז אוועקגעריסן געווארן א שריד לדור אחרון, א בריק וואס האט אונז צוגעבינדן צום אמאל, און א העכערע פערזענליכקייט וואס האט אפגעשפיגלט אין זיין גאנצע אנווזענהייט, זייענדיג א דמות פון א רב רבנן, א גאון וצדיק, עמוד האמת, עובד ה' מנעוריו כחד מקדמאי, א גאון וגדול בתורה, בקי בכל חדרי התורה, מיט א אומבאגרייפליכע התמדת התורה יומם ולילה ממש, באזונדער זיין געוואלדיגע הרבצת התורה ומעמיד תלמידים הגונים במשך פילע יארן נאכנאנד, באגלייט מיט א געוואלדיגע פשטות וענוות חן, נישט זיכענדיג קיין שום כבוד ושררה.
דער גאון זצ"ל האט זוכה געווען צו א זעלטענע קירבה וחביבות יתירה מיט אלע גדולי תורה וצדיקי דור קדמאי מבני דורו, כל ימיו האט ער מקיים געווען דעם דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, און ער זעלבסט פלעגט נאכגיין אין די פיסטריט פון זיינע גרויסע רבי'ס מיט אלע מנהגים און חומרות ודרכי המסורה, זיין גאנצע לעבן איז געווען בלויז איין חטיבה אחת פון ארבע אמות של דקדוק הלכה און יראת שמים הטהורה.
מיט זיין התסלקות אין עלטער פון 104 יארהאט זיך געשלאסן א רייכע קאפיטל היסטאריע ביי כלל ישראל, וואס בחיים חיותו האט מען נאך געקענט דערטאפן און ממחיש זיין די שיינקייט פון די פריערדיגע דורות, וגדולה באבידה שאין לה תמורה.
תולדות ימי חייו
דער גאון זצ"ל איז געבוירן געווארן אין שטאט וויען, עסטרייך חודש חשון שנת תרפ"ב צו זיין פאטער הר"ר דוד שלעזינגער זצ"ל, און צו זיין מאמע מרת בילא ע"ה א טאכטער פון הרבני רבי יעקב רוזנהיים זצ"ל מייסד ונשיא אגודת ישראל העולמי.
בימי חורפו האט ער מקבל געווען תורה פון זיין גרויסן זיידן הגאון רבי אליעזר ליפמאן שלענזיגער זצ"ל, א זון פון הגאון רבי אליקים געציל שלעזינגער זצ"ל דיין ומורה ודאין אין שטאט האמבורג.
עטליכע חדשים איידער זיין בר מצוה איז ער אריין לערנען אין די בארימטע "ישיבת פרעשבורג" ביים ראש ישיבה דער הייליגער דעת סופר זי"ע, און דארט אין ישיבה איז אפגעראכטן געווארן זיין שמחת הבר מצוה. שפעטער איז ער אריבער לערנען אין די "נייטרא ישיבה", ווי ער האט ערהאלטן סמיכה פון מורו ורבו המובהק דער נייטרא רב זצוק"ל בעל נאות דשא.
בשנת תרצ"ט איז זיין פאטער רבי דוד זצ"ל אינאיינעם מיט די גאנצע משפחה ארויף וואוינען קיין ארץ ישראל, ווי זיי האבן זיך באזעצט אין תל אביב, און דער ראש הישיבה זצ"ל איז דאן אריבער לערנען אין ירושלים עיה"ק ביי מורו ורבו הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל, וועלכע האט אים ארויסגעוויזן אותות חיבה ואהבה יתירה, און ער האט אים מחשיב געווען אלס זיין תלמיד מובהק.
אזוי אויך האט ער אנגעקניפט גאר א נאנטע קשר מיטן הייליגן חזון איש זי"ע, אנקומענדיג קיין ארץ ישראל, און האט מקבל געווען פון אים הויפענס פון תורה וחכמה אין אלע הינזיכטן.
באזונדער האט ער אויך אנגעקניפט גאר א נאנטע קשר מיטן בריסקער רב זי"ע, ביי וועם ער האט גענאסן אן א שיעור תורה ועבודה מיט א זעלטענע קירבות וחביבות.שפעטער איז ער אריבער לערנען אין ישיבת לומזשה אין פתח תקוה, און ווען ער איז אריין בברית האירוסין איז ער פאר עטליכע חדשים ביז זיין חתונה אריבער לערנען אין די בארימטע פאנאוויטשע ישיבה, ווי ער האט אנגעקניפט גאר א שטארקן קשר מיטן ראש הישיבה הגאון המפורסם רבי יוסף שלמה כהנמאן זצ"ל.
הגיע לפרקו
בהגיע לפרקו חודש כסלו שנת תש"ה איז דער ראש הישיבה אריין בקשר הנישואין למז"ט מיט זיין רעבעצין ע"ה, טאכטער פון רבי משה בלוי זצ"ל מראשי אגודת ישראל אין ירושלים, די שמחת החתונה איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק, און נאכן חתונה האט זיך דער ראש הישיבה באזעצט אין שכונת בית ישראל.
א קארגע יאר נאך זיין חתונה בשנת תש"ו, איז זיין שווער רבי משה בלוי זצ"ל ארויסגעפארן קיין חוץ לארץ צו שאפן געלטער פאר עניי ארץ ישראל, ובפרט אין די דעמאלטסדיגע אנגעצויגענע תקופה מיט די שווערע סכנות וועלכע האבן געהויערט אויף די בני היהדות הנאמנה אין ארץ ישראל, און צו אפראטעווען די ערליכע אידן אין ארה"ק פון די ציוני'סטישע באוועגונג וועלכע די ציונים האבן דאן נאכן קריג אנגעהויבן אויסצושפרייטן א האנט, וועלנדיג פארכאפן די ערליכע אידן שארית הפליטה אונטער זייער נעץ.
זייענדיג אויפן וועג קיין חוץ לארץ, איז זיין שווער רבי משה זצ"ל ליידער גאר שטארק קראנק געווארן, און נאך געציילטע טעג איז ער נסתלק געווארן אין איטאליע. דער ראש הישיבה האט דאן געעארבעט צו עפענען א ישיבה אין ירושלים עיה"ק פני משה לשמו ולזכרו פון זיין גרויסן שווער זצ"ל.
בשנת תשט"ו האט דער ראש הישיבה זיך געצויגן קיין בעלגיע, צוליב צרכי רפואה פאר איינע פון זיינע קינדער, און דארט האט ער אנגעהויבן מיט זיין הרבצת התורה אין ישיבת עץ חיים אין קאפעלען, בעלגיע, נאכן ערהאלטן די פערזענליכע בקשה פונעם דעמאלטסדיגן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי יצחק דוב קאפלמאן זצוק"ל שפעטער ראש ישיבת לוצערן.
התייסדות ישיבת הרמה לאנדאן
נאך עטליכע יאר וואוינענדיג אין בעלגיע, האט ער מיטגענומען מיט זיך א קבוצה בחורים פון ישיבת עץ חיים, און ער איז אריבער וואוינען מיט זיין משפחה אין עיר הבירה לאנדאן, ווי ער האט אינאיינעם מיט די געציילטע תלמידים געגרינדעט די ישיבה "הרמה", על שמו פון די נייטרא ישיבה אידנערהיים וועלכע איז אנגערופן געווארן "ישיבת הרמה נייטרא", און איז ליידער אונטערגעגאנגען ביי די ביטערע צווייטע וועלט קריג.
דער גאון זצ"ל האט זיך דאן עמטליך באזעצט אין עיר הבירה לאנדאן, ווי ער איז געבליבן וואוינען עד יומו האחרון, אין יענע יארן האט זיך אנגעהויבן א נייע גאלדענע תקופה בקורות ימי חייו, ווען ער האט מקים געווען עולה של תורה בקרב בני היהדות החרדית אין לאנדאן, ער האט אריינגעבלאזן א פרישע גייסט פון אהבת ודביקות התורה ביי בחורים און אינגעלייט, און גלייכצייטיג האט ער געהאט די זכי' צו מייסד זיין די ערשטע כולל אברכים אין לאנדאן.
רב רבנן ומנהיג בני היהדות אייראפע
דער גאון זצ"ל האט זוכה געווען צו זיין פון די מזרח וואנט ביים אייראפעאישן אידנטום, ווערנדיג פאררעכנט אלס איינער פון די מנהיגי יהדות אייראפע, אויסער וואס ער איז געשטאנען מיט זיין פעסטע הרבצת התורה און מעמיד געווען תלמידים הגונים לה' ולתורתו הקדושה, איז ער אויך געווען דער עומד בראש מערכות ישראל לגדור גדר ועומד בפרץ אין אלע הינזיכטן בדברים העומד על הפרק, בעיקר האט ער גענומען אויף זיך פאר א מיסיע אפצוראטעווען די קברי הקדמונים אין אייראפע, וואס צו דעם צוועק האט ער מייסד געווען די "וועד להצלת קברי הקדמונים".
באזונדער איז ער געשטאנען פעלזן פעסט בכל נפשו ומאודו ביי די מערכה אדירה אקעגן די ביטערע גזירת החינוך אין ענגלאנד, און ער איז מערערע מאל אריבער צו די הויכע פענסטער ביי די פקידי המלוכה אין ענגלאנד צו שתדל'ן פאר פארשידענע גזירות, שפירנדיג אלס א חוב נאכצוגיין די פשרה'לאזע דרכים וואס ער האט מקבל געווען פון מורו ורבו המובהק הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצוק"ל.
בשנת תשע"ט איז דער גאון זצ"ל אריבער אויף א היסטארישע באזוך ביי די העכסטע פענסטערס ביי די בריטישע רעגירונג, זיך איינבעטן לבוא ולהתחנן להם אז מען זאל חלילה נישט אדורכפירן די פינסטערע גזירות אויף תינוקות של בית רבן.
דער גאון זצ"ל האט כל ימיו מחזיק געווען שיטתו הקדושה והברורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אנהאלטענדיג זיינע הייליגע דרכים בכל תוקף עוז, און שטענדיג געלערנט די הייליגע ספרים הקדושים פונעם סאטמארער רבי'ן און דאס ווייטער אריינגעבאקן אין זיינע תלמידים.
דער עבודת התפילה פונעם ראש הישיבה איז געווען א שם דבר ביי יעדן, זיינע התשפכות הנפש'דיגע תפילות, און בפרט די לאנגע שמונה עשרה וואו ער פלעגט מאריך זיין בתפילתו מיט דמעות ובכיות שליש טאג טעגליך.
דער גאון זצ"ל האט כל ימיו געדאווענט נוסח אשכנז, און די ערשטע יארן נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט ער געוואלט משנה זיין פון די נוסח, אבער מורו ורבו מרן מהרי"ץ דושנסקיא זצ"ל האט אים אנגעזאגט אז ער זאל נישט משנה זיין פון די נוסח וואס ער האט מקובל מבית אבותיו, און ער זאל ווייטער אנהאלטן צו דאווענען די נוסח אשכנז, און אזוי האט ער טאקע געטוהן שטענדיג, הגם וואס בהיכל ישיבתו פלעגט מען יא דאווענען נוסח ספרד, דאך האט ער פאר זיך געדאווענט נוסח אשכנז המקובלת מבית אבותיו, לויט די דירעקטע הוראה פון רבו המובהק דער מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל.
תורתו מגן לנו היא מאירת עיננו
דער גאון זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיין התמדת והרבצת התורה, א יעדע ליידיגע מינוט פון טאג איז ער געזעצן און עוסק געווען בתורה בעמל רב, מען האט אים ממש נישט געקענט שטערן פון לערנען. ער האט זוכה געווען צו באלייכטן די וועלט מיט זיינע פילע ספרים און חיבורים 'בית אב' אויף ש"ס און אנדערע מקצועות התורה, וואס איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל.
ספר תורה שרו בצער
אין די לעצטערע יארן אין די גאון זצ"ל אריבער אסאך שוואכקייטן און חולשות וועלכע האט גאר שטארק אפגעשוואכט בריאות גופו הטהור, עטליכע מאל איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, בעת כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו השלימה, ותפילת ישראל עשו רושם לטובה, ווען טראץ די אלע שוואכקייטן איז דער גאון זצ"ל אנגאגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, און איז באפרייט געווארן פון שפיטאל טראץ דעם וואס ער איז אריבער גאר שווערע און אנגעצויגענע אומשטענדן, און האט זוכה געווען צו די זעלטענע אריכת ימים מופלגת.
אין די לעצטערע וואכן האט דער גאון זצ"ל ערהאלטן גאר א שווערע לונגען אנטצינדונג, און לויט די ראט פון די דאקטוירים איז ער פארבליבן אינדערהיים, כדי נישט אריבערצוכאפן אינפעקציעס וואס קען זיך ארומדרייען אין די גרויסע שפיטאל קארידארן, זיין שטוב איז איינגערישט געווארן מיט אלע נויטיגע צוגעהערן און די בעסטע דאקטוירים.
ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש
דעם מיטוואך יתרו מיטאג איז דער מצב פונעם גאון זצ"ל ליידער גאר שטארק פארערגערט געווארן, און ער האט אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה לעולם שכולו טוב אין עלטער פון 104 יאר לדאבון לב כל בית ישראל, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש.ווען די ביטערע בשורה האט זיך פארשפרייט בארץ ובגולה האט דאס אראפגעלאזט א וואלקן פון טרויער איבעראל, ובפרט ביי זיינע באליבטע תלמידים וועלכע האבן באוויינט דעם סילוקו של צדיק.
עס האט זיך געשפירט בחוש דעם "דור הולך" עס איז אוועקגעריסן געווארן דאס לעצטע צווייגל וואס האט אונז פארבינדן מיט די דורות הקודמים, חבל על דאבדין דלא משתכחין.טויזנטער אידן האבן שווארץ געמאכט די הויפט גאסן פון שטאט לאנדאן, ווי מען האט באגלייט די ארון הקודש אפגעבענדיג כבוד האחרון פארן גרויסן נפטר זצ"ל, פאסיגע דברי הספד ונהי איז געהערט געווארן דורך בניו הגאונים שליט"א און נאך רבנים חשובים פון שטאט ארויסברענגענדיג געהויבענע שטריכן אויף די גרויסע אבידה שאין לה תמורה, דערויף איז דער ראש הישיבה געקומען לקבורה אויפן בית החיים עניפעלד אין שטאט.
דער גאון זצ"ל לאזט איבער א הונדערטער תלמידים, א הערליך דור פון טויזענטער קינדער אייניקלעך אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך בליעה"ר זרע ברך ה' המה, זיינע זין זענען: ממלא מקומו הגאון רבי חיים אליעזר שליט"א נשיא ישיבת בית התלמוד וראש כולל אברכים בישיבה הרמה, הגאון רבי משה אורי שליט"א ראש כולל דקהל סאטמאר לאנדאן, הגאון רבי יצחק שליט"א מראשי כולל 'הרמה', הגאון רבי ישעי' יחיאל שליט"א רב קהילת שערי תפילה אין שכונת גאלדערס גרין לאנדאן, וראש כולל רבינו חיים עוזר, הגאון רבי שמואל שליט"א ראש ישיבת תורה תמימה אין פלעטבוש, הגאון רבי מאיר שליט"א מראשי ישיבת קרן אורה אין מאנסי, הגאון רבי עמרם שליט"א ראש ישיבת עץ חיים לצעירים אין ירושלים, און הגאון רבי אברהם אבא שליט"א ראש ישיבת מחזיקי לומדי תורה דחסידי מאחנובקא בעלזא לאנדאן.
זכר צדיק וקדוש לברכה לחיים העולם הבא





















































