טירחא דמצוה: האד' מלעלוב ניקלשבורג געבאקן מצות מצוה לכבוד פסח אין שטאט אשדוד
- 30 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם דאנערשטאג לעת ערב איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אנגעקומען צום שטאט אשדוד, כמנהגו מדי שנה בשנה, עוסק צו זיין אין די מצוה רבה פון אפיית מצות מצוה, אין די בארימטע אירנשטיין מצה בעקעריי אין שטאט, וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן סדר האפיה מיט גרויס דביקות, און אליינס עוסק געווען בטירחא דמצוה, וואו דער רבי איז במשך די גאנצע צייט געווען איינגעהילט בשלהבת אש קודש. נאכן באקן די מצות איז דער רבי צוגעפארן אין שטוב פון מקורבו ונאמן ביתו, הרה"ח ר' אברהם מרדכי אייכנטאל הי"ו, און אפגעראכטן א מסיבת לחיים.














תגובות