top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הושענא תל תלפיות: סטרוקטור פון בית מדרשו של הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע פארענדיגט

  • 6 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 9 במרץ

פרייטאג פ' כי תשא • י"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


אין דער שטאט קערעסטיר אין אונגארן ווערט אין די טעג פארענדיגט די סטרוקטור פארן נאסטאלגישן ביהמ"ד פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. דאס בית המדרש ווערט צוריק אויפגעבויעט אויפן זעלבן ארט ווי עס איז געשטאנען בחיים חיותו, הארט נעבן פון ביתו נאוה קודש, וואס האט בימים ההם געווירבלט מיט מאסן חסידים ואנשי מעשה, ווי ברייט באקאנט.


אידן וואס קומען אן אין די טעג קיין קערעסטיר האלטן מיט לעבעדיג ווי כמעט דער גאנצער סטרוקטור שטייט שוין אויף דעם הייליג מקום, וואס ווערט צוריק אויפגעבויט, להחזיר עטרה ליושנה אלס א פולקאמע בית המדרש לתורה ותפלה גענוי לויט'ן אמאליגן אויסזען און אקוראט אויף די זעלבע יסודות הקדושות וואו עס איז געשטאנען בימיו פונען הייליגן צדיק רבי ישעי'לע.


אנהייב ווינטער דאס יאר האט מען שוין אנגעהויבן ארויפציען די סטרוקטור פונעם בית המדרש, און מען האט דאס ארויפגעצויגן אין בלויז געציילטע וואכן, און במשך די פארגאנגענע וואך איז דערליווערט געווארן די ריזיגע ”קאנקריט פאנעלס” פאר די דאך פונעם געביידע.


ווי די עסקנים פון רבי ישעי’לעס הויז געבן איבער, האפט מען בס”ד צו קענען צושטעלן דעם היכל הבית המדרש אויף א פראוועזארישן אופן צום בעפארשטייענדן יארצייט ג’ אייר הבעל"ט, פאר די פילע טויזענטער אידן וועלכע קומען צו פארן צום הילולא,  און קוקן ארויס צו האבן די זכי’ צו דאווענען באותו מקום קדוש.



תגובות


bottom of page