האדמו"ר מקוזמיר צום ערשטן מאל אלס רבי ארויסגעפארן קיין פוילין; געהויבענע באזוך אין עיר האבות "קוזמיר"
- לפני 7 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. פריד,JDN
אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות האט זיך כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א צוריקגעקערט קיין ארצינו הקדושה נאך א געהויבענער נסיעה וואס דער רבי האט אונטערגענומען קיין פוילן אינאיינעם מיט א ענגע קרייז מקורבים, פוקד צו זיין קברי אבותיו ברחבי פולין צום ערשטן מאל זינט ער איז ארויף על כס האדמו"רות. די נסיעה איז שוין געווען געפלאנט אויף פאראיאר אינאיינעם מיט א גרעסערן קבוצה חסידים, און איז אפגערופן געווארן צוליב די מלחמה וואס האט אויסגעבראכן מיט איראן.
היי יאר, צום יומא דהילולא פונעם זיידן הרה"ק רבי שמואל אליהו מזוואלין זי"ע, וועלכער איז אויסגעפאלן אין די ספירה פון "יסוד שביסוד", האט דער רבי שליט"א באשלאסן ארויסצופארן פוקד צו זיין מקום מנוחתו אין שטאט זוואלין ביום ההילולא.
במשך די נסיעה האט דער רבי שליט"א פוקד געווען פילע קברי צדיקים לענגאויס פוילין. צווישן די מקומות הקדושים איז געווען ליזענסק, קראקא, לאנצוט, לובלין, פשיסחא, גור, קאזניץ און זעליחוב.
פון די הויכפונקטן פונעם נסיעה איז געווען אין שטעטל קאזמיר, וואו ער האט פוקד געווען מנוחת קדשו פונעם זיידן דער ראש שושילתא דדהבא הרה"ק רבי יחזקא'לע מקוזמיר זי"ע וואס געפינט זיך נאך לעת עתה ליידער אינמיטן א פארק נעבן א שולע געביידע.
נאכן מתפלל זיין ביים ציון איז דער רבי ארומגעגאנגען אין די גאסן פונעם שטעטל, און באזוכט אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען דער דירה און ביהמ"ד פונעם זיידן רבי יחזקאלע קאזמירער זי"ע.
אויך איז דער רבי שליט"א געווען אין ווארשא, וואו ער האט מתפלל געווען אויפן שטאטישן בית החיים, וואו עס ליגט באהאלטן זקינו הרה"ק בעל דברי ישראל ממאדזיץ זי"ע.
ביום ההילולא פונעם זיידן די זוואלינער רבי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין זוואלין, וואו מען האט געזאגט ספר רביעי אין תהילים, און געזינגען דעם ניגון המיוחס צום בעל ההילולא. דערנאך האט דער רבי דארט געפראוועט א לחיים לכבוד היום.
במשך די גאנצע נסיעה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען שיחות הכנה איידערן ארויפגיין צו די קברי צדיקים, און אויך בשעתן פוקד זיין די ציונים הקדושים האט דער רבי שליט"א מעורר געווען זכותם לישועת הכלל והפרט.
זייענדיג אונטערוועגנס צו די הייליגע ציונים האט דער רבי פארפאסט א נייעם ניגון אויף די ווערטער "בגלל אבות תושיע בנים".



































