ימי הוד: גרויסער עולם מיטגעהאלטן שבת הילולא און פסח שני בחצר הקודש קרעטשניף סיגעט
- 3 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' בהר בחוקותי - י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן
די הערצער פון חסידי קרעטשניף סיגוט, זענען איבערגעפילט מיט התרוממות הנפש נאכן מיטלעבן די דערהויבענע "ימי הוד" בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, שבת קודש פרשת אמור ימי פסח שני, און די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל, היינטיגן זונטאג ט"ז אייר.
לרגל די גרויסארטיגע מאורעות, איז ווי באריכטעט ארויסגעדינגען געווארן דעם ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין ירושלים, וועלכע האט כסדר געווירבלט מיט חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט זיך אנצושעפן הויפענעס פון קדושה והתרוממות מיט די הייליגע קרעטשניפע פייער.
ביים טיש ליל שב"ק איז אפגעראכטן געווארן די "פסח שני טיש" כמנהג בית קרעטשניף, ווען דער רבי שליט"א האט געטרינקען ד' כוסות, און געגעסן די כזיתים מצה, מרור און כרוך, אנגעלאנטערהייט אזוי ווי פסח ביים סדר, ווען בשעת מעשה האט מען געזינגען דערהויבענע ניגוני פסח, בעת ווען די רבי איז מעודד די ניגונים בדביקות והתעוררות.
די טיש האט זיך לענגערע שעות נאכאנאנד, די זייגער האט געקלאפט 4:30 ווען מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א נאכן טיש.
מוצאי שבת קודש ט"ז אייר איז פארגעקומען די גרויסארטיגע סעודת הילולא, אפצייכענענדיג די 20'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל.
דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה דמלכה, און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה במשנתו פונעם בעל הילולא הגה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש חדב"ן פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה.
מען האט דאן זוכה געווען צו הערן דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א מיט גאר שטארקע יסודות במשנתו ודרכו בקודש פונעם זיידן דער בעל הילולא זי"ע.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען אינאיינעם אלטע נאסטאלגישע ניגונים וואס איז געזינגען געווארן בהלו נרו על ראשינו בצל קדשו פונעם בעל הילולא זי"ע, צווישן זיי עטליכע ניגונים וועלכע זענען שוין כמעט פארגעסן געווארן, און מען האט דאס זוכה געווען אויפצופרישן להחזיר עטרה לישונה לרגל ההילולא.
דערנאך האט דער רבי שליט"א פארטיילט "קנאבל" כנהוג אום מוצאי שבת, און מען האט געבענטשט על הכוס.
נאכן סעודת הילולא איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו צום ציון הק' במרומי הר הזיתים, מען האט אנגעהויבן צו זאגן פרקי תהלים מתוך התעוררות עצומה, בעת דער רבי שליט"א האט געדינט אלס שליח ציבור.
דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט בבכיות עצומות די קאפיטל פון "לדוד ה' אורי וישעי" פסוק בפסוק אויפן נוסח ימים הנוראים.
נאך די אמירת תהלים און הקפות ארום דעם ציון, זענען די פילע משתתפים אריבער דעם רבי'ן שליט"א מיט קוויטלעך, וואס האט זיך פארצויגן ביז ארום 5:00 פארטאגס ווען דער רבי שליט"א האט פארלאזט דעם ציון הק'.
היינט זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפלת שחרית ברוב עם אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, און מען האט געלערנט משניות לעילוי נשמתו, און דערנאך האבן די תלמידים ותיקים דערציילט א שלל פון זכרונות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע בהלו נרו עלי ראשינו.

































תגובות