דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
מיט גרויס שמחה האבן חסידים ואנשי מעשה תושבי לינדען, מיטגעהאלטן די סאמע-ערשטע מאורע וואס איז אפגעראכטן געווארן אין שטאט בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א, וואס האט דעם קומענדיגן יום טוב סוכות מעריך געוועהן דעם טיש און מעמד שמחת בית השואבה לכבוד החג.
אין די לעצטערע וואכן זינט דער סקולען-לינדענע רבי שליט"א איז ארויף על כס האדמורו"ת בהנהגת העדה חסידי סקולען אין שטאט לינדען, איז דער רבי שליט"א מאציל מהודו מיט אפטע באזוכן, ווען דערווייל וואוינט נאך דער רבי אין שטאט בארא פארק, און גרייט זיך בקרוב אריבערצוציען און קובע זיין משכנו בתוככי לינדען.
אויף דעם יו"ט סוכות האט דער רבי שליט"א געפראוועט במחיצתו פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בבית מדרשו של אבא אין שטאט בארא פארק, און אויף זונטאג נאכט, ליל אושפיזא דאהרן, איז דער רבי אנגעקומען בעיר כהונתו אין שטאט לינדען, און דארט מעריך געוועהן אויף א געהויבענעם פארנעם דעם טיש לכבוד היום משולב מיט א שמחת בית השואבה, וואס איז פארקומען אינעם סוכה אין חצר פונעם באבוב'ער ביהמ"ד אין שטאט.
אין אנדערע נייעס האט דער רבי שליט"א - דעם מאנטאג חול המועד משמיע געוועהן מאמרותיו הנעימים ביי א ספעציעלע דרשה לכבוד החג, אינעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף הופער סטריט אין וויליאמסבורג, אין די ראמען פון די שיעורים דורך די התאחדות אברכים דסאטמאר.
Comentários