top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רב לך שב"ת בעמק הבכא: שבת אין ביאלא הויף אין שאטן פון הסתלקות פון כ"ק האדמו"ר מביאלא זצוק"ל

מוצאי שבת פ' קדושים • ג' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שלומי טריכטר


שטייענדיג נאך אינעם מעת לעת נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל, רב לך שב"ת בעמק הבכא, ווען די געוואלדיגע חלל און חסרון שפירט זיך אין די לופטן, האבן זיך חסידי ביאלא תושבי ירושלים עיה"ק און נאך פילע חסידים וואס זענען פארבליבן נאך די לוי' אויף שבת אין ירושלים - פאראייניגט און אינאיינעם געפראוועט דעם שבת בבית מדרשו של רבי מיט געגועים און בענקעדיגע געפילן צו די לעכטיגע שבתים בהילו נרו עלי ראשינו, ובכן נפשי לך ערגה.


הנהלת מוסדות ביאלא האט אין די קורצע צייט צוגעשטעלט די סעודות שבת ביד רחבה פאר די פילע געסט וואס זענען פארבליבן אויף שבת, דורכאויס די תפילות פון שבת זענען די קינדער פון רבי'ן זצוק"ל, הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א געזעצן אויף זייער קביעות'דיגע פלעצער ביים מזרח פון בית המדרש, צו די תפילות זענען צוגעגאנען צום עמוד די אייניקלעך פונעם רבי'ן זצוק"ל, און די קינדער הרבנים שליט"א האבן געזאגט די קדישים ביי אלע תפילות. אויפן רבינס פאריתומטע פלאץ נעבן די ארון קודש זענען געוועהן אויסגעלייגט די 137 ספרים 'מבשר טוב' וואס די רבי זכר צדיק לברכה האט אליינס מחבר געווען לאור עולם.

ביי שלש סעודות זענען אלע קינדער פונעם רבי'ן זצ"ל געזעצן בראש המסובים, אזוי אויך האט זיך משתתף געוועהן ביי שלש סעודות הגה"צ רבי יוסף באב"ד שליט"א מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן א שוואגער מיטן רבי'ן זצוק"ל וועלכע איז מכובד געווארן מיטן בענטשן. תיכף נאך מעריב האבן זיך די ברודער הרבנים שליט"א געזעצט שבעה אין ביהמ"ד און די חסידים זענען דורך מנחם אבל זיין די אבלים.



















Comments


bottom of page